בית פורומים כל העולם כולו

אלטע אינטערעסאנטע קליפ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2007 15:47 לינק ישיר 
אלטע אינטערעסאנטע קליפ

איינער האט מיר געשיקט די קליפ,

http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=814

איך קען נישט די פאליטיק אין וויזניץ אבער ס'איז זייער אינטערעסאנט צו זעהן ווי 2 ברודער קינדער פון אזא גרויסען רבי'ן זאלען טאנצען אינאיינעם

קען מיר איינער זאגען אין קורצען וואס דארט גייט פאר?
ווען האט מען זיך צוהרג'עט?
ווען האט מען שלום געמאכט?
אויף ווי ווייט איז געגאנגען די שלום?
און ווי לאנג דארף זיך עס צו האלטען (אויב ס'האלט נאך בכלל אן) על פי דרך הטבע?

איך בין ווייט פון א וויזניץ'ע חסיד, אבער די קליפ האט מיך זייער באנומען, מיט וואס פארא יראת הכבוד מ'פירט זיך אויף צו א אלטע רבי, (ווי אלט איז ער?)

א שאד אונז סאטמארע חסידים האמיר נישט אויסגענוצט די געלעגענהייט,



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2007 19:20 לינק ישיר 

די פאליטיק דארט האט זיך אנגעהויבן מיט יארן צוריק ווען וויזניצער רבי שליט"א לרפו"ש האט ארויסגעווארפן זיין עלצטן זון (ר' ישראל) פון וויזניץ, ר' ישראל איז געווען רב אין וויזניץ פאר מען האט אים געווארפן, און ר' מענדל האט אים איבערגענומען און ער איז געווארן רב, מיט אלע זאכן וואס קומען דערמיט וד"ל ואכמ"ל (וואס דאס האט ר' ישראל געהאט בעפאר מען האט אים געווארפן)
[מאמר המוסגר, ווען וויזניצער רבי האט אים ארויסגעווארפן, האט הרב וואזנער דעמאלסט געזאגט אז עפ"י הלכה קען מען נישט ארויסווארפן א רב פון א קהלה, האט זיך וויזניץ דעמאלסט געטוישט פון קהל עדת ישורון צו קהל צמח צדיק וויזניץ, אלס אז ר' מענדל זאל ווערן רב, ווי אויך האט וויזניצער רבי דעמאלסט זייער שארף גערעדט קעגן זיין עלצסטן זון ביי שלש סעודות אז ער ווארפט אים ארויס און קיינער נישט פון די שטוב מענטשן וכו' וכו' ואכמ"ל]
עכ"פ פאר אפאר יאהר צוריק האבן די שטוב מענטשן צוריקגעברענגט ר' ישראל (איך בין נישט קיין וויזניצער בכלל, נאר דאס איז מיין בליק אויף דער זאך, און איך פארשטיי שוין היינט ליידער, וואס שטוב מענטשן מיינט און וואס זיי קענען אלס אפטוהן) און ער איז געקומען צוריק וואוינען אין שיכון וויזניץ. (צו וויזניצער רבי אליינס האט אים געוואלט צוריק ,קוקט איבער דעם קליפ וד"ל)
זייט מען האט אים צוריקגעברענגט איז דארט דא זייער א מאדנע הנהגה, דהיינו:
ר' מענדל איז נאך ווייטער אפיציעל הרב אב"ד שליט"א און ר' ישראל איז נאר הרה"צ ר' ישראל שליט"א, (הגם די אלע זאכן וואס קומען מיטן זיין רב וד"ל באלאנגט היינט צו טאג פאר ר' ישראל)
די צוויי ברודער זענען צו'הרג'עט כדבעי למיהוי, ווער עס וויל אביסל מיטהאלטן, די וויזניצער האבן א פארום דא, ווי זיי לופטערן אויס זייער פאליטיק, (ביידע צדדים, עס איז נישט דא קיין פקודתו שמרה רוחי.....) די מאדנע זאך איז, עס זעט אויס ווי עס איז דא א געים דארט אז  ביי יעדע עפענטליכע זאך טאנצן זיי אינאיינעם, איך ווייס נישט וואס דאס דארף באצוועקן ווען די גאנצע וועלט ווייסט פונקטליך ווי שטארק זיי האבן זיך ליב.
זיי דאווענען ביידע ווייטער אין ביהמ"ד און רעדן אפילו צווישן זיך...
מען דארף דאס אמאל זעהן, איך האב עס די ערשטע מאל געזעהן ווען איך בין געווען אויף א משפחה שמחה אין ב"ב, עס זעהט אויס זייער זייער מאדנע, וכו' וכו' אויבן אויף פירט מען זיך כאילו צוויי גאר גוטע ברודער.

עכ"פ צוריק צו די קליפ, קיין שלום איז קיינמאל נישט דארט געווען, און עס איז נישטא גארנישט וואס זאל אנהאלטן, די קליפ איז פון ר' מענדל'ס ערשטע [און לעצטע] חתונה נאך ר' ישראל איז צוריקגעקומען וואס דעמאלסט האט ער זיך אביסל געהויבן די קאפ,
און וואס דו זאגסט א שאד אונז סאטמאר האבן נישט אויסגענוצט די געלעגנהייט,
טאקע א שאד,
און נישט סתם א שאד נאר א גרויסע שאד, אבער.....
מען האט אונז נישט געגעבן די געלעגנהייט,
דו האלטסט פאר איין סעקונדע אז ווען אונז האבן די זכי' אז רבינו בעל ברך משה זי"ע פרייט זיך מיט מיט דעם רבי שליט"א שמחות, זאל זיין חתונות בר מצוה'ס, וואלט אויסגעקוקט א האר אנדערש ווי עס זעהט דארט אויס???
ווען די שטוב מענטשן ביים רבין ז"ל זאלן זיך אויפפירן ווי די וויזניצער שטוב מענטשן, זאלן זיי צאפן דאס בלוט וויפיל זיי ווילן, (מעיק נאו מיסטעיק, זיי רייטן אויף ר' מענדל היבש, יעצט שבת חנוכה איז נאכאמאל געווען חגא אין ב"ב, אבער אייביג לאזן זיי אים אריין צום טאטן, זיי קענען אים משוגע מאכן אז יעצט קען מען נישט אריינגיין, אבער בעיסיקלי לאזן זיי אים אריין) אבער זיך לאזן באטייליגן ביי שמחות, אריינלאזן צום טאטן א אייגענע קינד, וואלט די פרשה היבש אנדערש אויסגעזעהן, אין דעם הינזיכט.

אין אלע אנדערע הינזיכטן, זעהט דארט אויס פונקט אזוי ווי עס האט אויסגעזעהן ביי אונז (עס נעמט נישט אראפ פון די ווייטאג, אז ביי אנדערע זעהט אויס די זעלבע, נאר אז מען ציהט שוין פאראלעלן, דארף מען קלאר אוועקשטעלן למי החותמת ולמי..., און מען זאל זעהן וואס שטוב מענטשן קענען אלס אפטוהן)

הרחמן העושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2007 20:21 לינק ישיר 

א גרויסען ישר כח פאר'ן לערנען א גוי ברטנורא איך פארשטיי בערך וואס די האסט מסביר געווען,

איך וועל נישט פרעגן אויף אלע דיינע וד"ל'ס און ואכמ"ל'ס נאר אויף 2,

1- פארוואס האט מען ארויסגעווארפען הרה"צ ר' ישראל שליט"א
2- וואס מיינסטו צו זאגען ער איז געווארן רב, מיט אלע זאכן וואס קומען דערמיט וד"ל ואכמ"ל?

און דאס וואס איך האב געשריבן אז ס'איז א שאד אז מ'האמיר נישט אויסגענוצט אונזער רבי'ן זצ"ל, ווייס איך אויך אז ווען אונז האמיר ווען די געלעגענהייט וואלט מיר עס אויסגענוצט ביז'ן לעצטן טראפ, נאר וואס באדערט מיך איז אז איך פערזענליך דארף ווען האבען אביסעל מער מסירת נפש(כ'האב געהאט גענוג, איך פלעג דאווענען אין ראדני ווען כ'האב געהאט א געלעגענהייט אפילו נאך 13 הופפער) צו גיין מער צום רבי'ן זצ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2007 23:55 לינק ישיר 

בערל.

עס איז דוכט זיך ווינציגער פון א יאר, זינט דער בירך משה לעבט נישט...

און מיר האבן נישט פארגעסן די שרעקליכע רציחה וואס דער נועם המידות האט געטאן מיט זיין פאטער

אים אוועקגעפירט איידער די בר מצוה און חתונה פון זיינע אייניקלעך
אים אוועקגעפירט איידער די בר מצוה און חתונה פון ערשטע אור אייניקעל

איינגעשפארט דעם אלטן טאטען אינדערהיים, און אליינס געלאפן טאנען הקפות במקום אביו
געמאכט קולות אין געגענווארט פון טאטען. אנגעהעצט דעם טאטן, און אים געמאכט רעדן פאר זייין פאליטיק


דאס האט מען אין וויזניץ נישט געטאן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 01:42 לינק ישיר 

אבער איך מיין אז זיי באהאנדלען נישט אזוי שיין זייער רבי'ן. אויפ'ן ווידיא זעט מען וויאזוי זיי שטופן זיין האנט ארויף אראפ, געבן ארויס באפעלן פאר אים א.א.וו.

די גבאים פונעם ברך משה האבן כאטש פרובירט זיכער צו מאכן אז אין גאס זאל אויסקוקן ווי אלעס קלאפט געהעריג ווי א זייגער.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 03:04 לינק ישיר 

וועלכע גאס?

are u crazy or senile?   did u all forget so fast?   wow, i think this is what monster moishe f. is betting on, short memorys




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 03:49 לינק ישיר 

אדרבא, ברענג מיר איין ווידיא אויף וועלכן מען זעט משה זיך אזוי אויפפירן אין פובליק און איך צו צוריק. איך האב איבערגעקוקט אלע קליפס פון די לעצטע יארן. דער רבי קוקט אויס צו זיין שוואך אבער ער זיצט ווי א מלך ביפיו איבעראל. מען באהאנדלט אים נישט ווי א גארבידזש.

משה האט געהאט שכל. ער האט געוואוסט זיך צו וואטשן ווען ער איז אין גאס.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 16:31 לינק ישיר 

הלוואי וואלט מען אריינגעברענגט אונזער רבי'ן זצ"ל צווישען זיינע חסידים די לעצטע יארן אזוי ווי מ'ברענגט אריין דעם וויזניץ'ע רבי זאל זיין געזונט, אפילו מ'זאל אים ווען שטיפען די האנט אהער און אהין איז עס אויך נאר ארויסצוהעלפען א איד וואס באוועגט זיך שווער ס'נעמט נישט גארנישט אוועק פון די מלוכה'שאפט

אוי עס בענקט זיך צוריק...................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 17:14 לינק ישיר 

אנטשולדיגט בערל, איך האב געמיינט אז דו וועסט פארשטיין אויפן ווינק, אבער אז דו פארשטייסט נישט וועל איך מוזן ארויסשרייבן ברחל בתך הקטנה,

אבער לאז מיר דיר אביסל אויפפרישן דיין זכרון, אפשר וועסטו אנפנגן פארשטיין וואס וד"ל מיינט.

דו געדענקסט נאך ווען מען האט נאר געוואלט אריינברענגן א "לאקאלע" רב......

און טאמער דו פארשטייסט נישט וועל איך דיר ארויסזאגן גראב, רב אין וויזניץ האט געמיינט די זעלבע זאך, די אויבערשטער זאל העלפן אז וויזניצער רבי שליט"א לרפו"ש זאל מאריך ימים זיין על ממלכתו, אבער אין אדם יודע יום.....  און דאס האט ר' ישראל געהאט פאר ער איז געפלויגן, און דאס האט ר' מענדל באקומען ווען ער איז געווארן רב, און ער האט געהאט דעם שטאטוס פון נעקסטן רבי ביז ר' ישראל איז צוריקגעקומען.

און דאס וואס דו פרעגסט פארוואס ר' ישראל איז געפלויגן, איז די מיליאן דאללער שאלה, וואס אויף דעם איז דא צענדליגע תירוצים, ווענדט זיך וועמען דו פרעגסט, צו א מענדעליסט צו א ישראלטשע, יש אומרים אז זיין מאמע האט אים פיינט געהאט אלס די נאמען (זי האט געוואלט א מענדל), יש אומרים חובות, הזמן יכלו והם לא יכלו, און מען וועט מן הסתם טאקע קיינמאל נישט וויסן די ריכטיגע תירוץ.

זאג נאר, דו ווייסט אפשר די פונקטליכע סיבה, פארוואס משה האט אנגעהויבן פירן א מלחמת חרמה מיטן רבי שליט"א????

דרך אגב, איך האב נאכאמאל איבערגעקוקט דעם קליפ, נישט ר' ישראל און נישט ר' מענדל כאפן זיך אן מיט אזא ליבשאפט, די בעלזער שוואגער מאכט זיכער אז זיי כאפן זיך אן, און ער לאזט זיי אפ,

עס איז מיר נאכן איבערקוקן נאכאמאל, איינגעפאלן א ביאור און די ענין פון ווייזן ליבשאפט און פאבליק, וויזניץ איז זייער שטארק אין פיקטשערס, עס איז קיינמאל אפיציעל נישט געווען קיין עולה, און די גאנצע חסידות איז אייביג געלעגן היבש אין פיקטשערס, און עס איז נישט דא קיין בעסערע שאט ווי די צוויי ברודער כאפן זיך אן, (קוק אין יעדע עדווערטייזמענט פון כל העולם כולו, עולם החרדי וכו', די פיקטשער פון וויזניץ איז ווי זיי טאנצן צוזאמען) קוק גוט וועסטו זעהן אז בשעת די צוויי ברודער טאנצן און מען עפנט אויף אז מען זאל קענען זעהן וויזניצער רבי, שטעלט זיך הערשל כ"ץ משב"ק אונטערן בענקל, אז ער זאל זיין א חלק פון די פיקטשער, ווייל ווען ער איז אינעווייניג איז די פיקטשער נאך מער אינטערסאנט...

און וועגן דאווענען אין ראדני, די מענדעליסטן האבן ענליכע רדיפות אין וויזניץ, למשל יעדע פרייטאג צונאכטס איז דא צוויי באטעס, און מען שיקט ארויס פון די קוגל פון בית וויזניצער רבי שליט"א, גייט דאס נאר צו ר' ישראל'ס באטע וכו' וכו'

הרחמן העושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 18:11 לינק ישיר 

שכויעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 18:16 לינק ישיר 

 2 זאכן

איינס
-איך זעה נישט קיין בזיונות אויף די קליפ בכלל. איך זעה אן אלטן רבי'ן זיך פרייען מיט זיינע קינדער
פאררעכט מיך אויב איר האלט אז איך בין ראנג זאג מיר.

א פרעמדע מענטש וואס קען נישט די אינערליכע תהלוכת זעט נישט גארנישט ראנג
{חוץ אויב ווילט איר קריטיקירן זקנה בעצם: אויף דעם איז מיין עלטער זיידע מסכים מיט אייך}

2

ביי אונז איז עס געווען אזוי מין בולט . ס' האט געשריגען און פנים די שקר. במילא האט דער שין דלת גענוצט רייץ טאקטיקן און ביליגע השמצה אין הרחקה.
ווען ער האט זיך דערזען אנא באלייטער צו זיין שדים טאנץ . האט ער דאמאלט נעבעך געמיזט ציקומען צו זיינע בלוט שונאים. און ער האט איינגעשפאנט די "טארים'ס"....דאמאלט  האט ער שיר נישט פארלוירען זיין פערדל אויפ'ן שאך באורד"זענטער רב".  אבער מיט אביסעלע בלעקמעיל אין פאלשע ציזאגעכצער ווי אויך קאנענדיג זיינע באטאנס אין וויסענדיג פונקטליך וועלכע צו דריקן ווען און וויאזוי איז ער דאס בייגעקומען.
{אגב: היינט ווען דער פערדל דערזעט זיך היבש אויסגעשפילט און ווי אזוי די פארהאסטע שונאים געוועלטיגען דארט אין ווי מין איז משפיל ומבזה דעם שם וזכרון פון זיין טאטן רביה"ק הכ"מ צינד עס או א פייערל און לאמיר האפן א שיינע מדורה זאל ארויס דערפון...}
און ביי אונז איז געווען אמת,ע בושות

דערמאנט אייך דעם "צעטעלע דרשה"
עיקר שכחתי'ס...........
ועוד ועוד ועוד

אן עלטערן צדיק צו העלפן ריקן די הענט איז קישמיש צוציגלייכן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלטע אינטערעסאנטע קליפ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext