נעכטן איז אין "דער איד" געווען געדרוקט א גאנצן בלאט א שארפן איסור קעגען די האט ליין פון אלטר מ ג . . אויך אויף נ ר. האט ליין בענייני מקוואות. זיי שרייבען אז כל מי שיש לו הכח לסגור את ההאט ליין מצוה הוא.
ווילאנג ער האט געהאקט אויף אלע רעביס און רבנים גייט זיי נישט אהן. אבער אזוי ויא ער האט אנגעהויבן צו האקן אויף זיי אליין זענען זיי געווארן ווילד. (ער האט לעצטענס אנגעהויבען האקען אויף הרב יצחק גליק ובית דינו)
דאס זעלבע די בני יואל רבנים וואס האבען אויך געאסערט זיין האט ליין. ווילאנג ער האט געהאקט אויפן רבין דעם "ברך משה" זי"ע . און אלע קינדער און בחורים האבען געהערט כבלע את הקודש מען נעמט א יוד פון פריערדיגען דור א זון פון הייליגען עצי חיים זי"ע. א יוד וואס האט נאך משמש געווען ברבנות אינדערהיים אין זענטא. א יוד וואס האט ממלא מקום געווען 27 יאר וישב על כסא קדשו של כ"ק רבינו הקדוש מאור הגולה זי"ע.
א יוד וואס האט איבערגעלאזט א שיין חסידיש דור בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות על דרך ישראל סבא. אדמורי"ם ורבנים ומרביצי התורה. וואס תפארת בנים אבותם.
קומט איינער און רייסט אים אראפ ברבים אויף זיין "קאלד ליין" דאס איז זיי נישט אנגעגאנגען פארשטייט זיך.
אבער יעצט ווען ער רירט אהן זייער קרוין . ווייל זיי האלטן נישט אז די זעקס יודען האבען געדארפט גיין מיט די אראבער. ביי א האלאקוסט קאנפערנץ. און ער האלט אז יא . דעצאלס ווערט ער געאסערט אויפן מיאוסטן אופן.
אזא פאלטיק איסור איז ווערט א פארפוילטן רעטעך. דער שלא לשם שמים איז בולט פון יעדעס אות פון די איסורין.
און די איסורין מאכען עהם נאך שטארקער . עס ווערט שמעו הולך בכל המדינות יעדער וואס האט נאך ביז יעצט נישט געוויסט אז עס איז דא אזא האט ליין . איז יעצט געוואיר געווארן.
מען וואלט קודם געדארפט פרובירן בדרכי נועם . רעדען מיט עהם און מאכען א מיטינג איבערשמועסן . . די נייע סאטמאר פארטיי איז דאך א נועם המידות . פארטיי וואלט מען חאטש געדארפט מקיים זיין שמוע בין אחיכם . אז נישט וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען. די אלע איסורין קונמות וכו' וכו' זענען היינט לא שרירין ולא קיימין בטלין ומבוטלין.