אבער, ס'איז נאו דאוט אין מיי מיינד אז א פאליס דעפארטמענט אין קרית יואל איז העכסט וויכטיג. בעסער אפילו אז ס'זאל אנגעפירט ווערן דורך א גוי, נישט דורך א איד, כדי קיינער זאל נישט האבן קיין טענות אז מען טוט אים/איר טארגעטן ווייל ער איז א קעגנער.
יעדער איינער וואס וואוינט אין קרית יואל ווייסט אז מענטשן דרייוון/פארקן דא ווי חיות, ווייל קיינער האט נישט מורא פון קיין טיקעטס, און אויב קומט די סטעיט פאליס אמאל אריין און גיט טיקעטס שרייט מען: אנטיסעמיטן.
חז"ל זאגן אונז שוין שאלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו בלעהו. אין קרית יואל איז נישטא אזא זאך ווי מוראה של מלכות. אפשר וועט א פאליס דעפארטמענט עס ברענגען.
פאר נאך א סיבה פעלט אויס אן אייגענע פאליס דעפארטמענט: יודעלע וויינשטאק מיט רביצין שפיץ בישיבתנו הק', וד"ל.
נשלח ב-14/1/2007 03:04
דאס איז טאקע מיין פוינט, אז ענדערש זאל מען האבען א גוי וואס איז נישט מבחין צווישן אן ארויני זאלי אדער בני יואל, נישט אריינגייענדיג אין דעם ענין צו מען דארף זיי אין שטעטל צו נישט, וואס דאס איז זיכער אז א אייגענע דעפארטמענט וועט מען נאר קענען גיין אין געריכט אויב האט מען קאנעקשן'ס
אדער קען מען מאכען אזוי ווי סקווירא אז זיי האבען אן אייגענעם געריכט אויף זאכען וואס מען קען האבען אן אייגענעם געריכט אבער פאר טיקעטס ודומה לו ניצען זיי די רעמעפאו פאליס
נשלח ב-14/1/2007 03:22
איך הער אז יואלי וויטריאל געט זיך אן פאר די ערשטע קאנדידאט צו היטען קרית יואל, סוף-כל-סוף טראגט ער דאך די זעלבע נאמען ווי די שטעטל זעלבסט.
נשלח ב-15/1/2007 19:49
מיין וואויט
משה לייב איז די פאסיגסאע מענטש דערפאר
ער האט שוין עקספיריענס אין די אויבן דערמאנטע פראבלעמען