יעצט געפונען זיך א שיינע ציבור אידען פארזאמעלט און עפעס א משוגע'נער שרייט לאזונגען אין ענגליש, ווצבש"פ: "ווילט עטץ האבן משה אריה פריעדמאן דא אין האטעל?", און מ'שרייט צוריק: "ניין".
גראדע אביסל פריער האט -כמעט- קיינער נישט קאפערירט מיט אים, אדרבא מ'האט דווקא צוריקגעשריגען פונקט פארקערט, ווצב"ש "יא" מיר ווילען אים האבען דא, און פון די זייט שטייען פיל מענטשען און פאסמאקעווען זיך צו צו זעהן ווי 2 משוגעים שרייען איינער אויפן 2'טן, למעשה זוכן ביידע פובליסיטי, און דאכט זיך אז דער פריעדמאן באקומט עס מער, אפילו יעצט רייבט ער זיך זיכער דאס בייכעל - אנגעפולט מיט א שבת'דיגע טשאלענט פון האטעל - אז עס איז אים געלונגען ער איז א יש און מ'רעדעט פון אים אפילו אין בארא פארק.
פילע פאליציאנטען שטייען און געבן אכטונג אז דער משוגע'נער זאל זיך נישט אריינכאפען אינווייניג אין האטעל , און אנמאכן א קאטאסראפע, און יעצט האט מען שון אפילו אפגעשפארט די גאס פון פארקער צוליב די אומרוהען, און מ'שרייט אויף די פאלייצי, און אויף וועים נישט, בקיצור, עס הערשט א פילשטענדיגע כאַאָס.
אגב, ווייסט איינער אפשר וואס ער זוכט יעצט אין בארא פארק, ער וואוינט דאך נישט דא???