בית פורומים כל העולם כולו

אלגעמיינער וועגן הייד פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2007 18:21 לינק ישיר 
אלגעמיינער וועגן הייד פארק

http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=2850


ווי רבי זלמן לייב טייטעלבוים שליט''א האָט מינימיזירט די קריגעריי אין סאַטמאַר

מערסטע כאַפּן זיך נישט וויפל דער אינטערנעט ביישטייערט צו אַ מחלוקת. דער אינטערנעט האָט דערלויבט וואָס מען האָט זיך קיינמאָל נישט געקענט דערלויבן, אַז אַן אַנאָנימער באַנוצער זאָל אָן קיין שום זייטיקע חשבונות פון קיין נאָכווייען - אָן דעם אַז מ'זאָל דאַרפן פאַר עמיצן אויף דער וועלט אָפּגעבן אַ דין וחשבון - פאַראורזאַכן שווערע שאָדנס.

 

פון משה גראָס


פיל, זייער פיל געשעענישן, פאָרן-דורך פאַר אונזערע אויגן היינט אין דער חסידישער וועלט, וואָס פאַרלאַנגען אַ שטיקל אַנאַליז. עס פאַרלאַנגט אַ בליק דווקא פונעם חסידישן קוקווינקל. ס'איז אמת, אַז זשורנאַליזם פאַרלאַנגט אַ פולשטענדיקן פּערספּעקטיוו אויך פון אַ דרויסנדער אָבסערוואַציע. פאָרט וואָלט איך מיר דערלויבט אין מיין היינטיקן אַרטיקל, צוצוגיין ''חסידישערהייט'' צום חסידישן לעבנס-שטייגער, און דורך דעם אָנקומען צו מיין נקודה.

וועגן וואָס דען וועט מען רעדן ווען מען וויל כאַפּן אַ גרונטלעכן בליק אויפן בלי פון חסידות נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, און וואָס מען דאַרף מתקן זיין אין איר, אויב נישט פון די רייבערייען אינערהאַלב די חסידישע קהילות? אָפט מאָל דוכט זיך מיר, און זאָגט מיר צי איך בין גערעכט, אַז די מחלוקתן און שטרייטן זיינען ווי אַ פירהאַנג אויפן פענצטער וואָס לאָזט נישט אַריין דעם הערלעכן זון-שיין, און דאָס באַדעקט די ריכטיקע וואָרהייט וואָס מען וואָלט געדאַרפט זען אין דער עולם החסידות.

די ירושה פון חסידות איז דאָך אַזוי אויסגעשטעלט געוואָרן, אַז חסידים זיינען זיך מדבק אינעם רבי'ן און אויטאָמאַטיש אין זיינע קינדער, און ווען די אומשטענדן ברענגען דערצו אַז טייל זיינען זיך מדבק אין איין קינד און טייל אין אַ צווייטן, דאַן ברענגט דאָס אַ פולשטענדיקע טיילונג נאָכן רבינ'ס פּטירה, אַ זאַך וואָס האָט זיך היינט שטאַרק צעשפּרייט אין רוב חסידישע דינאַסטיעס איבער דער וועלט.

אין דער היינטיקער עפּאָכע איז, לדעתי, אַ טיילונג אין אַ חסידישן ''הויף'' מער ווי געוואונשן. אויב עס זאָל זיין אַזאַ פּרינציפּ לכתחילה, אַז אין אַ געוויסע קהילה מוז מען זיך צעטיילן אויף אַ שיינעם אופן, וואָלט עס פיל בעסער געשטאַנען. איך ווייס, אַז עס זאָגט זיך גרינג, און עס קומט נישט אין באַטראַכט אַזאַ ווילדער חלום, אָבער די ווירקלעכקייט איז, אַז היינט פּאַסירט עס פון זיך אַליין, און עס איז נישט אַזאַ לייכטע זאַך פאר ביידע צדדים צו אַראָפּצושלינגען.

אין אונזער צייט, ווען דער רוב פון די צעטיילטע קרייזן פאַרמאָגן שוין פרישע רביים פון נאָך דער מלחמה, דערלויבט זיך אַ שטיקל חשבון הנפש, און עס מוזן גרונטלעך דורכגעטאָן ווערן די קאָנסעקווענצן פון אַ נישט-ריכטיקן מהלך, און פון דער אַנדערער זייט, דער געוואונשענער און יאָ-ריכטיקער מהלך.

וואָס עס האָט מיך געבראַכט דערצו, âââââââââאיז אַן אָבסערוואַציע פון דער נאָענט אויף דער מחלוקת אינערהאַלב די סאַטמאַרער קרייזן, וואָס די פּרעסע האַלט זיך צום ציפער פון איבער הונדערט טויזנט מיטגלידער איבער דער וועלט. דאָס איז אַן אַסטראָנאָמישער ציפער, וואָס דערלויבט אַרויסצוציען מסקנות און זיך אָפּצולערנען דערפון.

זיינער צייט איז שוין געווען באַריכטעט אין ''אַלגעמיינעם זשורנאַל'' וועגן דער טיילונג אינערהאַלב דער סאַטמאַרער קהילה, נאָך דער פּטירה פונעם פריערדיקן סאַטמאַרער רבי'ן כ''ק אדמו''ר ר' משה טייטלבוים זצ''ל, בעל ''ברך משה'', ווען חסידים האָבן זיך פאַנאַנדערגעטיילט צווישן זיינע צוויי זין, כ''ק אדמו''ר ר' אהרן שליט''א און כ''ק אדמו''ר ר' זלמן לייב שליט''א.

איך וועל זיך אָבער אָפּשטעלן אויף בלויז איין פּונקט, וואָס לדעתי איז עס גאָר וויכטיק צו נעמען ערנסט, ווי שווער עס זאָל זיין זיך צו באַגעגענען דערמיט צוליב איר שאַרפקייט.

שוין די לעצטע צען יאָר זינט דעם אויפקום פונעם אינטערנעט, וואָס האָט געברענגט צום קלימאַקס די פרייהייט פון וואָרט און אַנאָנימיטעט, איז דאָס אַן אָפטע דערשיינונג, אַז דורך דעם אינטערנעט ווערן געליפערט ביידע צדדים פון מחלוקת אינערהאַלב פאַרשידענע קרייזן. דער צענטער-פּונקט פאַר אונזער באַשרייבונג איז אַ ''וועבזייטל'', מיטן נאָמען ''הייד פּאַרק'', וואָס דערלויבט פאַרשידענע פאָרומס וואו אַנאָנימע מיטגלידער מיט שמות הכינוי (''ניקנעמען'') גיבן זיך אויס, און שרייבן-אָן גאַנצע מגילות אין אידיש אָדער העברעאיש, וואָס ווערן פּובליצירט און געזען אַלוועלטלעך מיטן דרוק פון איין קנעפּל. מען באַשמוצט איינער דעם צווייטן, און מען באַשרייבט עובדות און סיפּורים פון איינעם אויפן צווייטן. יחידים וואָס נעמען אָנטייל אין די רייבערייען, ווערן דאָרט געבראַכט צום פּערספּעקטיוו, און דאָס האָט שוין פיל בייגעשטייערט צו דער גענוג-אָנגעצויגענער היינטיקער מחלוקת-עפּאָכע.

איך פאַרשטיי פאַרוואָס אַ וויי-געשריי אויף דעם עניין לאָזט זיך נישט אַזוי גרינג דערהערן, ווען ביי פילע קרייזן איז דער אינטערנעט אָפיציעל אין דער בחינה פון ''בל יראה ובל ימצא'', און בלויז די ביזנעסלייט נוצן דאָס פאַר זייערע ביזנעס. דעריבער קען מען נישט אַרויסקומען מיט אַ רוף צו אַ פּובליקום וועגן איין ספּעציפישן וועבזייטל, וואָס דאָס וועט אָנציען דעם נייגער פון אַנדערע וואָס ווייסן נישט פון וואָס מען רעדט, כאָטש איך גלויב נישט אַז עס זיינען נאָך פאַראַן רבנים און עפנטלעכע פּערזענלעכקייטן וועלכע ווייסן נישט דערפון.

און כאָטש איך אַליין זע נישט קיין נחיצות אין מאַכן אַ שווייג איבער זאַכן וואָס דער ציבור ווייסט סיי-ווי דערפון, ווייל וויפל מ'זאָל זיך נאָר נישט צוריקהאַלטן פונעם אינטערנעט, איז עס אָבער אַ פאַקט, אַז יעדער איינער ווייסט דערפון. אין הכי נמי, אפשר נישט פון דעם ספּעציפישן וועבזייטל, אָבער יאָ אַז אונטערן תהום פון אונזער רעאַליסטישער וועלט געפינט זיך אַ ווירטואַלע געזעלשאַפט מיט אַ לעבעדיקע ליפערונג פון אינפאָרמאַציע.

פאָרט גייט עס צומאָל אַרויס פון יעדער פּראָפּאָרץ, און מען קוקט זיך אַרום נישט וויסנדיק ווי אַזוי מען קען רעאַגירן צו ראַטעווען די סיטואַציע. נאָך אַמאָל, ווי דערמאָנט, רעד איך פונעם חסידישן קוקווינקל, וואָס זיין הויפּט-יסוד דאַרף כאַראַקטעריזירן אַ פלאַם אין עבודת השם, און אַ נאָענטע ליבשאַפט צו ג-ט.

דער מצב ווערט צומאָל דערמאָנט אין ''באַהאַלטענע'' שורות אין די פּאָפּולערע אידישע אויסגאַבעס. אָט זע איך היינטיקן מאָנאַט אַן עדיטאָריעל אין דער חסידישער פּובליקאַציע ''דער בליק'', וואו דער שרייבט האַלט-פאָר אינטערנעט-''בלאַגער'' פאַר מישן זיך אין אַ גאָר האַקעלער טעמע, וואָס די אויסליפערונג דערפון האָט גאָר שטאַרק געשאַדט צו איר פאָרשריט. דאָס איז, פאַרשטייט זיך, נישט מיין נקודה, אָבער איך זע דערפון אַ רמז צו אַ פאַרצויגענעם ווייטיק, וואָס נעמט אַרום איבער דעם עניין.

אין דער חסידישער היסטאָריע וועט מען אַוודאי געדענקען די גאָר ''הייסע'' צייטן אין די לעצטע יאָרן אין דער חסידישער וועלט. ווייניק וועלן אָבער וויסן, אַז דער הויפּט-באַשטאַנדטייל איז געווען אָט-דער פאַקטאָר. ווען דער אינטערנעט האָט דערלויבט וואָס מען האָט זיך קיינמאָל נישט געקענט דערלויבן, אַז אַן אַנאָנימער באַנוצער זאָל אָן קיין שום זייטיקע חשבונות פון קיין נאָכווייען, - אָן דעם אַז מ'זאָל דאַרפן פאַר עמיצן אויף דער וועלט אָפּגעבן אַ דין וחשבון, - פאַראורזאַכן שווערע שאָדנס, אַ זאַך וואָס איז קיינמאָל נישט דערמעגלעכט געוואָרן צו טאָן. יעדער אַקט און שריט ביז אַזאַ מעגלעכקייט, האָט דאָך פאַרלאַנגט אַ צוזאַמענאַרבעט פון עטלעכע מענטשן צוזאַמען, און כאָטש ''עטוואָס'' שיקול הדעת, און דאָ ווערט עס אויסגענוצט דורך יחידים פאַר זיך אַליין, וואָס למעשה פירן זיי די הויפּט-מערכה אין די קעגנערישע קרייזן. זיי ווייזן-אָן אויף דעם מהלך, און עס ציט זיך אַריבער פון מויל צו אויער, אפילו צו די וואָס ''אין ידם מגעת'' צום אינטערנעט.

אַלזאָ, ספּעציפיש צום סאַטמאַרער קרייז, מוז איך אויסדריקן אומגעהויערע צופרידנהייט, צוזעענדיק ווי דער ענין איז באַהאַנדלט געוואָרן פאָרזיכטיק, און מיט אַ ריכטיקן צוגאַנג, אויף אַן אופן וואָס קיינער האָט נאָך נישט באַוויזן.

די שריט פון כ''ק אדמו''ר ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט''א, דער אינגערער סאַטמאַרער רבי, איז, לדעתי, ווערט אַ וועלט-באַגריסונג. גענוי ווי אַזוי עס איז צוגעגאַנגען, ווייס איך נישט. אָנגעבלעך האָט דער רבי אַליין זיך שטרענג אַריינגעלייגט אין דעם ענין, און נאָכגעפאָרשט ווער עס האָט אַ חלק אין אויסליפערן זיין קרייז'ס כלומרשטע פאַרענטפערונגען און באַשמוצונגען אויפן אינטערנעט. ער האָט יענעם אַריינגערופן פּערזענלעך, און פאַררופן אַ לענגערע מיטינג מיט די נוגעים בדבר, און אַ טאָג שפּעטער איז דאָס געווען פּובליצירט אויפן פאָרום, אַז פון היינט און ווייטער וועט פון דעם קרייז מער נישט געהערט ווערן קיין שום רעאַקציע, נישט לטוב, און מכל שכן נישט לרע. אויף דעם האָבן זיך ווירטואַליש אונטערגעשריבן אַלע שרייבער וואָס האָבן דאָרט געשריבן ביז דאַן.

נו, ווי זאָגט די וועלט, שלאָגן מיט דער וואַנט קען מען זיך נישט. שוין אַ היבש שטיקל צייט וואָס עס זיינען גאָר שטאַרק מינימיזירט געוואָרן די אַטאַקעס פונעם קעגנערישן צד, כאָטש נישט אינגאַנצן. בשעתו האָט דאָס ביי מאַנכע אַרויסגערופן גרויס צווייפל, צי עס ליגט עפּעס וואָרהייט אין דעם, אָבער צו דער גרויסער פאַרוואונדערונג פון אַלע ''בלאַגער'' אויף ''הייד פּאַרק'', ווערט קיין וואָרט נישט דערמאָנט פון זייער צד שוין אַ לאַנגע צייט.

איך אַליין מוז מודה זיין, אַז אַלס אינטערנעט-באַנוצער ווייס איך נישט צי איך וואָלט דאָס אַמאָל געקענט באַווייזן. דער אינטערנעט איז היינט די הויפּט-באַקוועמלעכקייט, און אָפּצוהאַלטן איינעם פון ליפערן פרייע אינפאָרמאַציע דורכן אינטערנעט, איז אַ ''מופת'' פאַר זיך.

אָן אַריינצוגיין אין די פּערזענלעכע קאָנפליקטן, האָט שוין ר' זלמן לייב שליט''א אַרויסגעוויזן גאָר שטאַרקע און פעסטע אייגנשאַפטן וואָס פּאַסן ריכטיק פאַר אַ מנהיג. אַלס ביישפּיל קען אויך גענוצט ווערן דער לעצטער ''קול מחאה'' קעגן די מטורפים, וועלכע זיינען געפאָרן פאַרראַטן דאָס אידישע פאָלק אין איראַן.

און ווידער פון אַ חסידישן פּערספּעקטיוו, האָט שוין דער חשובער שרייבער שלמה שמיר זיך לעצטנס אויסגעדריקט מיט ווייטיק איבער דעם פאַרשפּרייטן בילדער-פּראָבלעם ביי די חסידישע ''הויפן'', אַ זאַך וואָס דער סאַטמאַרער רבי ר' זלמן לייב איז שטרענג דערקעגן, און האָט פאַרבאָטן אַריינצולייגן אין ''דער איד'' סיי וועלכן בילד פון אים, אַ זאַך וואָס האַלט שוין אָן אַ לאַנגן צייט-אָפּשניט.

די חז''ל זאָגן: ''קבל את האמת ממי שאמרו''. זאָל דער אינטערנעט-ביישפּיל גענוצט ווערן דורך אַלעמען. ''רבים חללים הפּילה'' דער צוגאַנג פון אויסלופטערן געפעכטן אויפן אינטערנעט אָן קיין שום שיקול הדעת. פילע צרות און קריגערייען בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו. ניין! דער אינטערנעט איז נישט דער פּלאַץ וואו דער ''אור שבעת הימים'', דער בעל-שם-טוב הקדוש זצ''ל, האָט דערוואַרט אַז די שומעי לקחו זאָלן זיך דאָרט אויס'טענה'ן. זאָל דער דאָזיקער שריט זיין אַן אויסגעטראָטענער וועג פאַר די אַלע וועלכע מיינען אַז פּראַקטיש וועט מען עפּעס דערגרייכן פון אַזאַ סטראַטעגיע. דער נאָמען פון סאַטמאַרער רבי'ן ר' זלמן לייב איז נישט מער באַשמוצט געוואָרן צוליב דעם וואָס זיינע נאָכפאָלגער האָבן אים געפאָלגט. אויב עפּעס, איז עס דאָס פאַרקערטע.

ווי דערמאָנט, איז דאָס בלויז איינער פון די באַשטאַנדטיילן וואָס מען מוז נעמען צו-קענטעניס. עס איז זעלבסט-פאַרשטענדלעך, אַז כדי אויסצואַרבעטן אַ פולשטענדיקע סטראַטעגיע ווי אַזוי צו פאַרמיידן ענדגילטיק די שרעקלעך-פאַרשפּרייטע קאָנפליקטן, פאַרלאַנגט זיך פיל מער אויפמערקזאַמקייט, און גאָר אַ סך מחשבה, אַריינטראַכטונג. אָבער אַ וועג ווי אַזוי צו ''מינימיזירן'' אַ קריגעריי, איז זיכער פאַראַן.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2007 20:12 לינק ישיר 

אן אריינגיין אין פאלעמיק :ווועגן:

וויאזוי האט ער געוויסט וועם צו הייסן

און צו זיי האלטן עס איין

און צו אז מינימיזירן מחלוקת .איז דא גרינגערס. א שטייגער :פארגעס פון אני ואפסי און שטעל דיך נישט צי צו די געמיינע יונגען וועלכע האבן אים געניצט {און ער האט גאר וויליג ציגעהאלפן} פאר זייער פריוואטער השחתה קאמפיין.
אא"וו

אן די פאלעמיק

האט דער "געמיינער" א שטארקער פוינט.

און פון א ראט{להבדיל} קאן מען זיך אויך לערנען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלגעמיינער וועגן הייד פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext