בית פורומים כל העולם כולו

נידערמאן באשטעטיגט קענט עוו. זוהמה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/1/2007 23:17 לינק ישיר 
נידערמאן באשטעטיגט קענט עוו. זוהמה!

עס איז נישט דא קיין ווערטער דעראויף, פון די נידערטרעכטיקייט וואס א איד קען טאן קעגען א גאנצע שטאט פון אידן!

ווי יעדער זעהט גייט פאר שוין איבער א יאר צייט אויף קענט עוו. קאנסטראקשען מען פארדרייט דארט די גאסן און מען ארבעט, דער עולם גולם האט געמייינט אז פשוט מען מאכט איבער די גאס און מען לייגט נייע קוילן און פארטיג.

לעצטענס איז די געדולט פונעם עולם וואס וואוינט דארט אין די געגענט געפלאצט, נאכדעם וואס מען ארבעט דארט שוין איבער  א יאר און מען ווערט נישט פארטיג, די לעצטע וואכן האבן זיי ארויף געלייגט סיינס נאו פארקינג עני טיים אויף גאנץ קענט עוו., מען קען שוין נישט מער קיינמאל נישט פארקן צופרי ביינאכט אויף קענט עוו.

עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אינעם ענין זענען זיי געוואור געווארן אז משה דוד נידערמאן האט שוין פאר צוויי יאר צוריק באשטעטיגט "בשם די ווילי איינוואונערס" די קענט זוהמה ארבעט!

אזוי ווי נידערמאן איז א שותף לדבר עבירה אין די שפר בנינים און מאכט דארט אסאך געלט, אין זיי האבן אויך ערלעדיגט אז א שוף פארט דארטן יעדן טאג קיין מנהעטען, און די שיף קא באצאלט געלט פאר די שפר בעל בתים נידערמאן ושותפיו, האבן זיי ערלעדיגט אז מען גייט מאכן קענט עוו. א לעין פאר בייקס און אויך ברייטע סייט וואקס ווי די זוהמה ערלים זאלן קענען שפאצירן מיט די הינטן, ביז די שפר שיף.

און צוליב דעם וועט מען מער קיינמאל נישט קענען מער פארקן אויף קענט עוו. עס בלייבט א נאו פארקונג זאן לעולמי עד, און נידערמאן וועט קענען ווייטער שארן געלט!

די ווילי יהדות החרדית גרייט זיך יעצט אויף א שווערע מערכה כבידה דערקעגן.

הכונו למערכה אדירה!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2007 00:29 לינק ישיר 

אויב דאס איז אמת, איז ער פראסטער פארברעכער וגונב דעת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2007 03:44 לינק ישיר 

מען שלעפט ליידער אוועק יעדן טאג צעדליגער אידישע קארס, און מען געט טיקטעס, עס האט שוין אפגעקאסט פאר אידן צענדליגער טויזנטער דאללער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2007 21:18 לינק ישיר 

מורי ורבותי
מען מיז שוין עפעס טוען וועגן דעם מיר האבן נישט קיין פארטרעטער און וומס פארן ציבור
די קאמיוניטי בארד האט נישט געמאכט קיין הירינג דערוועגן און די שאדן איז זייער גרויס
א בייק-פעד און וויליאמסבורג איז ערגער ווי ארטיסטן יענעם עק וומס
א בייק-פעד מיינט אז מיליאנען בייקס באקומען א לעין ווי צו פארן פאר שוואוילטאג און קיין קארס קענען נישט פארקן מער דארט
טאמער זענט איהר נישט פארטיג האט די עטרת אברהם געפארקט זייערע קארס דארט און לכבוד די נייע נא-סטענדינג פולן זיי אן אלע גאסן פון דרום אידישע ווומס אנגעהויבן פון 6 אזייגער קען מען שוין זעהן די רויטע וועסטלעך אויסכאפן אלע פארקינגס און גאנצע היימישע גאסן
די הסכמה פאר די אויסגעלאסענע גאסן איז געמאכט געווארן במחתרת צוליב די שעיפאר פראזשעקט זאל זיין קאננעקטעד צו די לעין
עכשיו אין שוה לחשות.............................................................................
אונזערע גאסן גייען חרוב מיר מיזן אליין פייטן צוריק מען קען און מען וועט זיך אויסלערנען אז פאר מען טוט עפעס פרעגט מען דעם ציבור




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2007 23:28 לינק ישיר 

100 פראצענט. אראפ מיט די פאררעטערס. אויפקומען אויף זייער פלאץ זאלן פארטרעטער פון אונזערע אינטערעסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2007 13:49 לינק ישיר 

''נידערמאן'' כשמו כן הוא .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2007 19:11 לינק ישיר 

אמאל האט ווילי געליטען פון א רשע-איד "נידעלמאן", היינט ליידט מען פון אן ערגער רשע-איד "נידערמאן".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נידערמאן באשטעטיגט קענט עוו. זוהמה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext