כבוד טאמעטא!
דיין נאמען שרייבסטו דאך יא, וואלט איך דיר געוואלט פרעגן א קליינטשיקע קשיא:
אויב קענסטו דיר נישט אויס אין די נומערן פון ווייץ שניידען, דאן פארוואס נעמסטו בכלל א טייל אין דער ויכוח, יעדער "בר בי רב דחד יומא" אין ווייץ שניידן ווייסט זייער גוט אז ביי 7 איז די ווייץ אויסגעטרוקענט ווי פעפער, און עס איז נישט מעגליך צו האבן ליחות [ווי קלענער די נומער איז אלץ טרוקענער ווערט עס, די יומערן לויפען פון אויבן אויף אראפ], אדרבא ביי 7 איז דא פארקערטע טענות אז עס איז עס שוין מער נישט צריכות לקרקע און עס קען שוין חמץ'דיג ווערן אפילו דורך טל. דו מיינסט אוודאי די ווייץ וואס מען האט געשניטען פאראיאר ביי 18 און העכער וואס זענען נאך צריכות לקרקע, און דאס איז פארשימעלט געווארן, וטעות לעולם חוזר.
(אדרבא שיק מיר אין אישית די אלע קשיות וואס דו האסט יענעם געוואלט פרעגן, איך וועל די עס ענטפערו בטוב טעם ודעת)
|
|