בית פורומים כל העולם כולו

טרייסל! שרעקליכע סעקשאן 8 מסירה אין ווימ"ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/2/2007 23:31 לינק ישיר 
טרייסל! שרעקליכע סעקשאן 8 מסירה אין ווימ"ס

די שרעקליכע סעקשאן 8 מסירה וואס האט ליידער פאסירט האט אויפגעטרייסעלט וויליאמסבורג!

די גאנצע שטאט פארט אויף רעדער, און דער עולם שטייט אן שפראך!

די מעשה איז אזוי: צוויי חשובע עסקנים פון די דירות פארמיטלונג אין ווילי, ארבעטן שוין יארן לאנג שטילערהייט און אינוועסטירט גרויסע כוחות, ביי די סעקשאן 8 באמאטע צוזאמען מיט די שטאטישע טאטעס, אז ווען מען וועט צוריק אנהייבן צו געבן ווייטער די סעקשאן 8 פאגראם, זאל גיין א חתיכה הראוי להתכבד פאר די אידישע ווילי איינוויאנערס. נאך גרויס מיה און פארשטייט זיך שטילערהייט, האבן זיי ערלעדיגט אז 800 סעקשאן 8 סלאטס וועט גיין זיכער פאר ווילי. די דירות פארמיטלונג האט אדרוויטייזט אזוי ווי עס איז ארויסגעקומען די נייעס אז מען גייט עפענען די סעקשאן 8, אז מען קען האבן ביי זיי אפליקעשאן, און מען קען ארויף קומען און זיי וועלן עס אויסשטעלען.
 
זיי האבן אנגעגרייט א ריזיגע סטעיף מיט מענטשן מאכן זיכער אז די אפליקעשאנס זאל זיין אויסגעפילט ווי עס דארף צו זיין כדי מען זאל נישט מאכן קיין טעותים, און עס אריינצוגעבען די טאג ווען מען עפענט די וועטונג ליסט כדי עס זאל זיין מסודר. עס האבן זיך איינגעשריבען דארט איבער 1200 מענטשן אין דריי טעג, עס זענען געשטאנען הויפענעס מענטשן און זיי האבן יעדעם צופרידעגעשטעלט אויף א הערליכער אופן.

אזוי ווי דער רשע ואכזר ומסור דער וויליאמסבורגער פארעטער מ. נידערמאן איז געוואויר געווארן דערפון, האט ער אנגעהויבען צו לויפן צו די סעקשאן 8 באמאטע און פארפירט פארוואס מען גיט עס פאר דירות פארמיטלונג און נישט פאר אים, אזוי ווי די עסקנים זענען געוואר געווארן אז ער פאנגט אן מאכן א טומעל, איז מען אריבער צו אים און אים געבעטען בתחנונים וברחמים ער זאל גארנישט טאן און אויפהערן מיט זיינע מעשים, ווייל ער גייט נאר הרג'נן אלעס און עס וועט בלויז זיין גם לי לך לא יהיה.

דער רשע האט זיך אויסגעלאכט פון זיי!

די נעקסטע טאג האט ער אנגעהויבען ארום צו קאלן אלע שטאטישע באמאטע מיט זיינע מסירות, און זיי געזאגט אז די דירות פארמיטלונג האט געמאכט א אומליגאלע דיל מיט די סעקשאן 8 באמאטע און עס איז דיסקרימינעשאן , אויך איז ער פרעזנליך אריבער צו די בלומבורג אפיס און 3 שעה האט ער געגאסן זיינע שרעקליכע מסירות!

ליידער ליידער האט דער מסור אויסגעפירט!

מאנטאג האט מעיאר בלומבערג געמאלדען אז די אלע אלטע אפליקעשאנס איז גארביטש, און מען קען נישט האבן די נייע אפליקעשאנס נאר ביי די שטאטישע סעקשאן 8 אפיסעס, און די סעקשאן 8 באמאטע האט געמאלדן פאר דירות פארמיטלונג אז זייערע 800 סלאטס איז אויס, און באקומען גארנישט 0!

שומו שמים!

די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף!

דער מסור ודל גאה האט שאדן געמאכט פאר אידישע קינדער כאטשיג 800 סעקשאן 8 סלאטס דאס מיינט

באלד איינס א האלב מיליאן דאללער אידישע געלט א חודש!

און 20 מיליאן דאלער אידישע געלט א יאר!

שרעקליך!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2007 23:58 לינק ישיר 

איך האב געהערט די פרטים ווי פאלגנד:

זיי האבן געהאט אנגעגרייט טויזנט סלאטס. זייער חשבון איז געווען אז זיי וועלן אריינגעבן זייער פרי די אפליקאציעס, היות זיי האבן שוין געהאט באקומען פון פאראויס אפליקאציעס און זיי האבן עס געהאט גרייט אריינצוגעבן תיכף ומיד, וואס דער כלל ביי די זאכן גייט אז כל הקודם זכה, אדער ווי זיי זאגן: "פוירסט קאם פוירסד סערווד", במילא וועלן די 1200 אפליקאציעס זיין פון די ערשטע אויף די ליסטע פראצעסירט צו ווערן, און אויטאמאטיש האבן זיי גאר גרויסע שאנסן אריינצוקומען אינעווייניג.

דער עסק איז אונטערגענומען געווארן דורך 2 גרויסע עסקנים, ריין לשם שמים. זיי האבן געבעטן עפעס געלט פאר זייערע הוצאות אבער אלעס איז געגאנגען פאר זייטיגע הוצאות, נישט פאר קיין שום פריוואטע קעשענע.

די אנדערע ארגאניזאציעס האבן אבער נישט פארגינען פאר די עסקנים, האבן זיי אויסגע'פועל'ט אז מען וועט מוזן פארמאגן שפאגל נייע אפליקאציעס, און ס'איז נישט גוט די אלטע סארט אפליקאציעס, אזוי ארום זענען די אלע אפליקאציעס וועלכע זענען שוין אויסגעשטעלט און אריינגעגעבן געווארן נישט ווערט דאס פאפיר אויף וואס זיי זענען געשריבן, ווייל מ'מוז האבן די נייע סארט אפליקאציע, וואס מ'קען נאר באקומען אין די שטאטישע האוזינג אפיסעס.

עקסטער האט די שטאט געמאכט נאך א תנאי, אז די ליסטעס עפענען זיך ערשט דעם צוועלפטן אין פעברואר, אזוי אז ביז דאן וועלן שוין האבן אריינגעקומען טויזנטער אפליקאציעס פון איבעראל, און דער גאנצער זכות קדימה וואס די פריע אפליקאנטן וואלטן געהאט איז צורינען.

לכאורה איז עס גאנץ אן ערנסטער פערמאנענטער שאדן פאר הונדערטער מאחינו בני ישראל. לאמיר האפן אז א באדייטנדער טייל פון די באטראפענע זאלן כאטש באקומען א צווייטן שאנס דורכ'ן לענגערן פראצעדור.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2007 00:34 לינק ישיר 


is it possible that mr. niderman should be able singlehandedly to convince the city how to to do buisness?  and for them to redo a standard form? just because they wanted bad publicity?  im just asking.  
not that its not possible, everything is possible..............oy gut in himel

and also if it is possible

maybe they have a diffrent reason they did it? maybe they have a different plan of how to make sure that us YIDELECH will get some slots?

maybe if every1 is gonna show up with the predone papers and not realize that new forms are needed ,
and if somehow "by some onorthodox way"  UJO will have those applications b4 it becomes public, maybe it could be a sure win?   just thinking aloud

sorry if im not allowed



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2007 00:51 לינק ישיר 

די אפליקאציעס ווערן שוין פארטיילט און אנגענומען, טויזנטער פון אלע ערליי ראסן און קאלירן האבן שוין אריינגעגעבן זייערע אפליקאציעס. יעצט איז שוין אוממעגליך עפעס צו טון דערוועגן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2007 01:15 לינק ישיר 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2007 06:08 לינק ישיר 




erase it


its not like it never happened b4



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2007 16:15 לינק ישיר 

אזוי ווי די פארגאנגענהייט האט געוויזען אז רענט אין דירות פרייזען האבן א דירעקטע שייכות מיט די אוועיליביליטי פון סעקשען 8

וויל איך דא דאנקען די רשע ניעדערמאן פאר די טובה וואס איז ארויס געקומען פין זיין רשעות

בשם די איינוואינער וואס זענען נישט עליזשעבל פאר די סעקשען 8




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2007 19:07 לינק ישיר 

וואס מיינט דער משה דוד? אז די פאליטישאנס גלייכן זיין גראבן בויך? עס איז די עכסטע צייט אז די וויליאמסבורגער תושבים זאלן אנהייבן ארום שיקן פעקסעס אדער אי-מעילס צו אלע פאליטישאנס, אדער זאל מען צוזאמען נעמען אינטערשריפטן אז דער נוכל ורמאי משה דוד פארטרעט אונז נישט, אדרבה, ער ארבייט אקעגן אונז, וואס מיינט איר וועט זיין די רעאקציע פון די פאליטישאנס ווען זיי וועלן באקומען ציווישן דריי און 5 טויזענט אונטערשריפטן פון ערוואקסענע העכער 18 יאר אז משה דוד פארטרעט אונז נישט, איך בין זיכער אז דאס וועט אויף טוהן צו דערזאך, און איך בין זיכער אז עס דארף נישט זיין קיין פראבלעם צוזאמען שטעלן די  טויזענטער אינטערשריפטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טרייסל! שרעקליכע סעקשאן 8 מסירה אין ווימ"ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext