וויליאמסבורגער ארונים בויקאטירן ר' אהרן
מע שמיסט אז די וויליאמסבורגער ארונים בויקאטירן דעם שבת שקלים אין בארא פארק, ווי ר' אהרן גייט פראוון דאס ערשטע מאל זייט די פטירה פין זיין טאטע, כידוע גייט פאר א ריזיגי מחלוקה ציווישן די ארונישע וויליאמסבורגער ראשי הקהלה אין חיים שלמה פישר, חיים שלמה לאזט נישט ר' אהרן קומען אויף שבת קיין וויליאמסבורג ווי ער איז נאר געווען צוויי שבתים דעןם גאנצן ווינטער, לכתחילה האט גיהייסן אז ר' אהרן וועט זיין עאיין שבת אין קרית יואל אין איין שבת אין וויליאמסבורג, אבער למעשה איז ער מער געווען אין פאלם ספרינגס ווי אין וויליאמסבורג, אין די ארונים זענען זייער אין כעס, זיי שעלטן דעם חיים שלמה אין טענען אז ער איז ערגער פין משה גבאי זיי זאגן אז חיים שלמה פירט דעם רבין אינדערערד, למעשה גייען זיי שוין נישט צו ר' אהרן זיך געזעגענען, אין אצינד האבן זיי מחליט געווען צו בויקאטירן דעם שבת אין בארא פארק,
|
|