| נשלח ב-19/2/2007 00:29 |
|
| |
שוויץ אין ראדני מקוה צוריק געפענט
עס איז א שוידער וואס האט פאסירט!
און ראדני פלעגט ווי יעדער ווייסט יארן זיין א שוויץ וואס מען פלעגט ניצן נאר ערב שב"ק, עס איז געווען אפען פאר יעדעם און עס איז געווען אונטער השגחה, אזוי איז עס יארן אנגעגאנגען.
פאר א 3 יאר צוריק האט מען עס אפגעשפארט, צוליב דעם וואס עס האט דערלייגט אסאך געלט, 90 פארצענט מענטשן וואס האבן עס געניצט האבן נישט באצאלט קיין פעני דערפאר.
יעצט זענען די זאליס אויפגעקומען מיט א המצאה, זיי האבן פארדינגען די שוויץ פאר א פריוואטע קאמפאני, וואס גייט עס פירן און זיי זאלן טאן דערמיט וואס זיי ווילן, און אזוי ווי ביי עטרת בלעם וועלן זיי פאר יעדעם זאגן אז עס איז דא א קאנטראקט און אונז קען מיר גארנישט טאן.
די קאמפאני האט די לעצטע צייט געפענט די שוויץ קודם נאר יעדן מאנטאג און דארנערשטאג, אז ווען מען גייט ליינען די הייליגע תורה"ק זאל מען זיך קענען גוט מטמא און מטהר זיין פארדעם...
מען קען נאר אריין גיין אין שוויץ אז מען באצאלט פאראויס, זיי רעכענען אסאך געלט אריין צו גיין אין שוויץ, עס קומט אויס א 6 7 דאלער, עס איז געווארן א צוזאם לויפענישט פון אלע שקצים און חזירים פון די גאנצע שטאט, צוזאמען מיט די קווינס בויעס, זיצט מען דארט שעה'ן לאנג, און עס קומט דארט פאר שרעקליכע זאכן, וואס איז תסמר שערות אנוש רח"ל.
עסקנים וואס טוען אין עניני קדושה, צושאמען מיט די חשובע עסקנים וואס טוען פאר שוואכע בחורים, זענען ארום געלאפען וויינען פאר די דיינים אז עס ברענט א פייער, און עס איז רח"ל. האבן גערעדט צו טויבע אויערן, און דערווייל איז גארנישט געטאן געווארן.
די ציבור גרייט זיך צו א מלחמה כבידה צו שליסן די שרעקליכע אידישע בית זוהמה אין ראדני!
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/02/2007 0:50:32
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2007 01:33 |
|
| |
איז דאס אמת אדער א בייזער חלום?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2007 01:53 |
|
| |
איך רייב מיר די אויגען, דאס שרייבט שורשנגח, אדער נחום ראזענבערג???
פלאנסט אפשר אויך צו עפענען א האטליין וועגן דיינע חלומות???
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2007 03:59 |
|
| |
בנימין הירש האט מיר פריער געזאגט אז ס'איז אמת, און ס'איז אפען פאר מענטשן וואס דארפן עס צו האבן וועגן געזונט, און ממילא קומען שוין אנדערע אויך....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2007 21:59 |
|
| |
TRUEONLY2 שרייב נישט סתם געמויזאכטס ענטפער צום ענין.
גראדע הער איך אז נחום ראזענבערג האט שוין צוריק געפענט זיין האט ליין און רעדט שוין ווייטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2007 22:18 |
|
| |
גראדע איז דאס א גוטער אויפטו, א שוויץ איז א געזונטע זאך. איך סאלוט די ראשי הקהלה פאר צוריק עפענען די שוויץ. די ארונים רעדן פאר קנאה ווייל זיי האבן נישט א שוויץ.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/02/2007 0:43:55
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2007 23:03 |
|
| |
שחמט איך בין נאכנישט אזוי משוגע, איך און דו ווייסן וואס געשעט איך אזעלעכע מקומות מזוהמות.....
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/02/2007 0:45:57
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2007 23:23 |
|
| |
וואס איז דער פראבלעם מיט די שוויץ, די שויערס אין די מקוה מיט די מחיצות ציווישן זיי איז אסאך ערגער, אין די שוויץ איז געווען אלעס אפן אפילו די שויערס. אפילו די בית הכיסא'ס איז ערגער פין א אפענע שוויץ, די גאנצע פראבלעם איז אז די ארונים האבן נישט א שוויץ, אינטרעסאנט דער עירוב וואס רוב דיינים ורבנים שרייבן קלאר אז סאיז פסול האלטן די ארונים אז סאיז כשר, אין די שוויץ וואס רוב רבנים נוצן אפילו שרייען די ארונים אז סאיז פסול, א פארקערטע וועלט.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/02/2007 0:47:32
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2007 23:41 |
|
| |
שחמט,
פאר אינטערעסאנטקייט אפשר רעכנסטו מיר אויס א פאר פון די רוב רבנים וואס גייען דארט אין שוויץ?
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 20/02/2007 0:40:38
|
|
|
|
| נשלח ב-20/2/2007 10:43 |
|
| |
אהרונישע חלומות, נישט ווערט אפילו מגיב צו זיין. פאסט פאר כתה א' אינגעלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2007 20:16 |
|
| |
עס איז יא אויסגעהאלטען אדער נישט.
איין זאך איז זיכער אז טאמער די אהרונים וואלטן געמאכט אזא זאך וואלט שוין געווען מחאות, און די פאשקאווילן דיינים וואלטן שוין ארויסגעקומען מיט א לאנגע קללות בריוו.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2007 22:25 |
|
| |
דער שוויץ איז א המשך פונם ''עטרת בלעם'' זאל .
|
|
|
|
|