איך הער אז נעכטן איז געווען א מסיבה ביי די ארונים אין מע האט אראפגעשלעפט עפעס א עושר פין פלעטבוש אין די הנהלה האט געבעטן פין עם אמיליון דאלאר פאר די נייע מוסדות, ער האט גיטענהט אז ער קען נישט געבן אזא גרויסן סכום אבער אזוי ווי ר' אהרן האט עם צו געזאגט עולם הבא האט ער ארויס גענומען זיין טשעק בוק אין אויסגעשריבן א טשעק פין א האלבן מיליון דאלאר אין אויף אלע באסעס גייט שטיין אז ער האט דאס מנדב געווען, תפלה עושה מיחצה.
נשלח ב-22/2/2007 23:24
דער גרויסער פילאנטראפ ותומך תורה ר' יודל ליכטענשטיין ני"ו האט נעכטן מנדב געווען אלע 26 נייע באסעס פאר די מוסדות הקדושים.
עס איז כדי צו דערמאנען אז ר' יודל האט אויך מנדב געווען די הערליכע מקוה לע"נ זיין זון ע"ה און בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר הופפער סט.
תלמידי וחסידי סאטמאר זאגן פאר ר' יודל:
דער גרויסער זכות פון די הייליגע תינוקת של בית רבן זאל באשטיין פאר ר' יודל ני"ו צו געבענטש ווערן מיט כל מילי דמיטב ברכה והצלחה.
נשלח ב-23/2/2007 00:02
תלמידי וחסידי סאטמאר זאגן פאר ר' יודל,
מיר וועלן נישט דערלאזן אז די געמיינע פערשוינען וואס האבן מיט אלע כוחות דיר געוואלט און תפיסה לייגן ח"ו מיט זינלאזע בלבולים זאלן זיך דרייען פראנק און פריי בקרב קהלתינו הק' "סאטמאר"!!
מיר זענען אלע מחויב זיך אנצונעמן פאר ידידינו הנגיד ר' יודל וואס לאזט זיך קאסטן מיט ערנסטע געלטער פאר "סאטמאר" ועוד ידו נטוי', און אויסשרייען פאר די נידעריגסטע עלעמענטן וואס כלל ישראל פארמאגט גייטס ענק צו אלע שווארצע רוחות!
מיר ווילן נישט אז און אונזער הייליגע קהלה זאלן חלילה זיין א ערי מקלט פאר אזעלעכע רשעים וואס אויף זיי שטייט "מורידין ולא מעלין"!