בית פורומים כל העולם כולו

הערליכע שבת ש"ב בצל רבינו שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/2/2007 18:10 לינק ישיר 
הערליכע שבת ש"ב בצל רבינו שליט"א

עס איז נישט דא די ווערטער ארויסצוברענגן די געפילן פונעם ציבור תושבי ק"י און ווי אויך פון די פילע געסט נאך די דערהויבענע שבת וואס איז אריבער דא אין קרית יואל בהורמנותא דמלכא
דער שבת האט אויך באשיינט די זיידעס אבדק סאטמאר בפאון אלע זיינע קינדער און איידעמער אדמור מקאזלאוו און אלע זיינע קינדער און אייניקלעך אדמור מקאלעסבורג און אסאך אייניקלעך פונעם ברך משה זי"ע אבדק סאטמאר 15 האט אויך געהייסן אז ער קומט אבער זעט אויס אז עס האט זיך עפעס געמאכט די לעצטע מינוט
אנגעהויבן פרייטאג צונאכטס האט מען באגלייט דעם חתן ווי אינמיטן וועג האט זיך רבינו שליטא אנגעשלאסן דער ביהמד איז געווען הערליך אויסגעצירט קודם מיט לעקטערס אויף גאנץ garfield און אין ביהמד איז געוווען א 3 שטאקיג קרוין און אויך אלע ווענט זענען געווען באצירט מיט פסוקי שמחה מנחה האט געדאוונט רבינו שליטא נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיל פאר מוסדות בפ נאכדעם איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת די סעודת שבק האבן די משפחה געגעסן אין היכל הכולל נאכדעם איז פארגעקומען די טיש ווי א גרעסערע ציבור ווי יעדע וואך האט זיך משתתף געווען עס איז געווארן אויגעשטעלט א 2 שטאקיגע אויבן אן און א דערהויבנקייט האט באגאסן דעם ציבור ווען רבינו שליטא האט ערשיינט אין ביהמד מיט זיין שיינענדיגע צורה מעוטף בטליתו און אנגעהויבן שלום עליכם און דער גאנצער ציבור ווערט מיטגעריסן אשת חיל האט אנגעהויבן החתן חיים הערש אשכנזי בן ר' העניך המיועד להיות חתן אבדק סאטמאר בפ נאכן בענטשען איז פארגעקומען די פירות טיש ווי דער רבי האט פארציילט ספורי צדיקים נאכדעם איז ארויף אויפן טיש ר' מרדכי דוד עסטערייכער און האט אויסגערפן דעם רבין צו טאנצן מצוה טאנץ און די ביהמד האט זיך געהויבן ווען דער רבי האט געטאנצן ארויפ און אראפ דעם גאנצן לענג פון ביהמד נאכדעם האט דער רבי מכבד געווען אבדק סאטמאר בפ צו טאנצען נאכדעם די אבי הכלה ר' אשר מרגליות און אדמור מקקארלעסבורג נאכדעם האט מען געזונגען אז ביום השביעי און מען חאט אהייםבאגלייט דעם רבין צופרי האט דער רבי מיטגעגעסן אין היכל הכולל און עס האט אויפגעטרעטן הרב ר' חיים הערש פון ב"ב און אדמור מקאלעסבורג און ר' מרדכי דוד האט משמח געווען שש איז ווידער פארגעקומען מיט א דערהויבנקייט די רבי האט געזאגט א הערליכע תורה און מהאט נאכדעם געזונגען ניגוני שמחה
אשרי עין ראתה!!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2007 18:13 לינק ישיר 

פארגעסן
אויך האט באשיינט ר' אברהם חיים האלבערשטאם און ליעדזער רב חתן אוהעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הערליכע שבת ש"ב בצל רבינו שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext