אידישע קינדער האבן מקיים געווען די מצוות היום כהלכתו.
חסידים ואנשי מעשה האבן זיך געווייקט ביי זייערע רביים, געשעפט השפעות, תורה ויראת שמים.
מ'האט מקיים געווען דעם עד דלא ידע, מיט גרויס התרוממת.
עס איז שוין שושן פורים אינדערפרי, כלל ישראל הייבט זיך אן צו אויסניכטערן, מ'קומט אין ביהמ"ד מיט א שטיקל הענג-אווער, מ'פרובירט זיך אביסל זיך צאמקלייבן, מ'שמועסט איבער דעם נעכטיגען טאג, ווי אזוי עס איז אריבער, מ'הייבט שוין אן צו טראכטן פונעם יו"ט פסח...
אבער האלט!!!
ביי איינע פון די גרויסע רבי'ס בדורינו הייבט זיך הערשט יעצט!!
מ'קען נישט פארגעסן פון אונזער באליבטע נעילת החג רבי, ווען ביי כלל ישראל האלט מען ביי נעילת החג, ביי אט דעם רבי איז הערשט ערב יו"ט, עס איז "פתיחת" החג.
די גאנצע ימי הפורים איז ביי דעם רבי, געווען דער ביהמ"ד הגדול געווען הארמאטיש פארשלאסן אין יוצא ואין בא, דער רבי שליט"א איז געווען איזאלירט ווי א רייטערטע איד אין פאלרידע.
אבער יעצט הגיע הזמן! עס איז תעלא בעידנא!!
דער ביהמ"ד עפענט זיך יעצט אויף בעת די שורת ווערן געשריבן.
די טויזענעטער קאלירטע חסידים פון פארשידענע שיכטן קומען יעצט צו זייער "רעזערוו טייער" רבי און געבן איהם אפ זיין כבוד הראוי.
די קלימאקס פונעם געהויבענעם טיש בחצר רבינו, זענען די צוויי ערהויבענע מאמענטן:
קענסט פלאצן. אבער דעם יום טוב פורים, איז אפגעראכטן געווארן אין סאטמאר מיטן שענסטן פראכט.
טאקע, רבינו שליט"א האט נישט געמאכט די טיאטער שטיק פון "הגלה נא"
טאקע, רבינו שליט"א האט נישט געמאכט די טיאטער פיאות שאו, מיט א בעל תשובה
טאקע, רבינו שליט"א האט נישט געקלאטש ווי דער קלאטשער רעבע.
מענטשן זענען געווען ביי אלע טישן, פול מיט ערנסטע אידן, תלמידי רבינו הק' בעל ויואל משה זי"ע ובעל בירך משה זי"ע.
און היינט וועט זיך עס אי"ה איבערשפילן. אפילו די ארונים פלאצן...
און עטס זאלטס זיין ביזי מיט פישער און עקלשטיין
נשלח ב-5/3/2007 20:07
אידעלע איך פלאץ טאקע אוועק - איך בין געווען ביי דיין רבי'ס מגלה לייענען און ס'איז געווען קנאפע 30 טליתים אבער WHO CARES פון מגלה לייענען נעמט קיינער נישט קיין פיקטשער
נשלח ב-5/3/2007 20:12
רעדאקטאר,
חשק. אזוי וואלסטו דיר געוואונשן.
די שול איז געווען פול געפאקט מיט מענטשן בשעת רבינו שליט"א האט געליינט די מגילה, סייי ביינאכט און סיי בייטאג. די קריאת המגילה איז דורך מיט גרויס התרגשות און ווארימקייט, ווי עס פאסט פאר'ן רבן של ישראל.
ביים ראשקעבאהא"ג האט מען זיכער "געקלאטשט" ביי המן...
נשלח ב-5/3/2007 20:12
א לץ זאגט מיר אז ביי המן האבן עטליכע ארונימלעך געשריגן: פישער ! פישער !
נשלח ב-5/3/2007 20:23
אידעלע איז דאס איינע פון די באמבאסטישע דשאוקס וואס מ'גייט באלד זאגן?
עס איז אינטרעסאנט צו זען וויאזוי די צישאסענע ארונים ארבעטן.
קודם פרעדיקט ער 50 טוזיענט מענטשן.
מארגן וועט ער זאגן אז די פיקטשערס זענען פאלש.
נאכדעם וועט ער זאגן, ס'איז נאר נעילת החג.
און הערשט דערנאך, וועט ער אליינס פאטשקען זיינע פיקטשערס און ווייזן זיינע טלפים, און זאגן: איך האב אויך אזעלכע פיקטשערס...
נשלח ב-6/3/2007 00:47
בשם הבדחן ה. מ. ד. 'המן' איז ראשי תיבות נ'עילת ה'חג מ'נהיג
_________________
נשלח ב-6/3/2007 01:40
אויך געבן אן די דורשי רשימות אז ר' זלמן איז דער פ"ר השנה, פ"ר איז ר"ת פ'יקטשער ר'בי.
נשלח ב-6/3/2007 01:50
וגם אני שמעתי מפי הבדחן הרב דים מקרית יואל ש'זאלי ראשי תיבות, אש זרה לפני י'.
_________________
נשלח ב-6/3/2007 01:55
50,000 מענטשען געפונען זיך יעצט אויפן ארט ווען די פורים-רב איז אקוראשט ערשינען אין זאל.
די שול איז איבערגעפולט עד אפס מקום, אלע פארענטעשס זענען געדיכט מיט מענטשליכע פלייש, אזש נישט האבענידגע קיין פלאץ האב איך מיר געמוזט אומקערן אהיים און מיטהאלטען אלעס פון דער ווייטנס.
נשלח ב-6/3/2007 02:06
trueonly2 גיי לייען די 4 פורים זייטן פונעם שבת זכור'דיגען 'דער איד' און דו וועסט קענען שעפן אביסול חיזוק. דאס פארביטערטקייט קען מען אנטאפן מיט די האנד.
_________________
נשלח ב-6/3/2007 05:59
עס דערקענט זיך א פרייליכקייט ביי די זאלונים נאכדעם וואס ביים נעילת החג טיש האט מען גוט צונער געלייגט די ארונים און די נטורי קרתא. ווידעראום ביי די ארונים הערשט א דעפרעסיע ווייל מען האט נישט דערמאנט קיין אות אחת פון די זאליס.
_________________
נשלח ב-6/3/2007 06:05
דער בלאט וועט מוזן אהערשטעלן פיר זייטן פול מיט קללות קעגען די זאליס כדי צו בארואיגען די צעבראכענע ארונים, און צו באצאלן פאר די קללות פונעם שבת זכור'דיגען 'איד'. אולי ואולי אזוי, וועלן זיך די ארונים בארואיגען.
_________________
נשלח ב-6/3/2007 18:08
מען זאגט אז אין ''ראדני'' ביי די מגילה לייענען איז געווען געפאקט מען האט זיך נישט געקענט רירן די סיבה איז מן הסתם וועגן דעם ווייל עס זענען אראפ געקומען אסאך נשמות פון עולם העליון צו הערן די מעכטיגע מגילה ליינען פונ'ם הייליגען פורים רב פון א גאנץ יאהר, אבער אפשר איז געווען די געדרענגעניש וועגן דעם וואס עס שטייט און מס' ברכות ו' ע''א אמר רבא האי דוחקא דהוי בכלה מנייהו .
נשלח ב-6/3/2007 19:05
די דעפרעסטע ארונים האבן נעכטן אריינגעווארפן דריי מורא'דיגע "ציפעדיגע" דזשואקס אויף סאטמאר
די שיכורים האבן גערעדט אז זייער נייע שול/שטאל שטייגט איבער בכמות ובאיכות פון דעם ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט