ביטערע מחלוקה צווישן ירושלימער רבנים
אינעם 'איד' אויף זייט 47 איז דא א שיין בילד פון ר' וואלף פריעדמאן ווי ער זאגט א דרשה ביים דינער פון ' פתח תקוה'. אין 'די צייטונג' אויף זייט 33 איז געדרוקט די דרשה פון ר' וואלפ'ן. בתוך הדרשה זאגט ר' וואלף, אז דער בעל מנחת יצחק האט גערופן דעם דברי יואל 'דער בעל ויואל משה'. אין 'בלאט' אויף זייט 10 אין 'פון פענע צום בלאט', איז דא א בריוו פון א ירושלימער איד'ל , אז הגאון הקדוש רבי משה אריה פריינד זצ' ל האט אנגערופן דעם דברי יואל 'דער בעל דברי יואל'. נו, וועלכער ירושלימער רב האט מכוון געווען לאמיתה של תורה? איז שייך שלום צומאכן צווישן די צוויי צדיקים?
_________________
|
|