| נשלח ב-11/3/2007 04:52 |
|
| |
מהרז"ל מסאטמאר זאגט תחנון אום שיתסר
פארגאנגענעם דינסטאג, למחרת שושן פורים, האט מהרז"ל מסאטמאר געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד, און נאך תפילת שחרית אנגעהויבן תחנון, זייענדיג דער בור ריק און עם הארץ וואס ווייסט נישט אז 'שיתסר' ,16 טאג אין חודש אדר זאגט מען נישט קיין תחנון.
מיט זיין מנין האט מיט געדאווענט הרב אש''ו נירעדהאזער רב, און אנגעהויבן שרייען 'יתגדל' 'יתגדל' 'שיתסר', און דער עם הארץ האט זיך אויסגעדרייט און נישט אנגעהויבן צו וויסן וואס דאס מיינט 'שיתסר'. אלה אלהיך זאליס.
_________________
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 11/03/2007 5:01:57
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2007 07:55 |
|
| |
ער האט זיך מסתמא געווינדערט, נא אז מען זאגט יא תחנה שרייט מען אויף יענעם "שיסטער"
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2007 16:06 |
|
| |
דרייצן הופער, דו קענסט דערהייבן א קיצעל? דו שרייבסט 'תחנה' ווי א שיסטער. עס איז 'תחנון'. ווי יענער בעל תפילה וואס האט געענדיגט הויך דעם 'יום' פון דינסטאג 'כי אתה תנחל ככל הגוים' האט אים דער רב געזאגט 'דו זאגסט עברי ככל הגוים'. געדענק עס איז נאר א קיצעל
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2007 16:42 |
|
| |
די עמי הארצות, ממילא, החרשתי, נישט יעדער דארף פונקט וויסן אז מ'זאגט נישט קיין תחנון, (כאטשיג איינער וואס פארופט זיך פאר "סאטמאר רבי" מיין איך איז אויף א העכערן סטאנדערט, אבער עכ"ז, לאמיר איהם מוחל זיין)
אבער פארוואס האט ער נישט די ביסעלע אחריות, אויב ער ווייסט אז ער איז און יאר און ער ווייסט אז ער גייט דאווענט פארן עמוד, פארוואס זאל ער נישט נעמען א גרינגע הלכה ספר, ווי למשל א לקוטי מהרי"ח אן ערוך השלחן און זיך אביסעלע פארקוקן פארן דאווענען, איך ווייס סתם פשוטי המון עם וואס זענען און יאר וואס שפירן אן אחריות ביים דאווענען פארן עמוד זיך פארקוקן וואס מ'זאגט ווען.
דאס קומט נישט פון עמי הארצות, נאר ענדערש, פון עצלות און ליידיגיין!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2007 17:26 |
|
| |
איך האב געפרעגט דעם רבין רבי זלמן לייב וואס מען האט געשריגן, האט ער גענטפערט אז ער ווייסט נישט פונקטליך, איינער האט עפעס געשריגן HO, SHIT, SIR,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 00:56 |
|
| |
עס איז גאנץ מעגליך אז דער עם הארץ פסק'נט אז צוליב ספיקא דיומא, וויבאלד עס איז מעגליך אז עס איז שוין מיטוואך, נישט דינסטאג, דערפאר האט ער געזאגט תחנון אום שיתסר. אדער גאר, אז ער האט ווייטער אנגענומען די מהלך, אז עס דא וואס פירן זיך אזוי און עס איז דא וואס פירן זיך אזוי.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 01:05 |
|
| |
פארשטינקענער אקס, סטאפ מיט די צודרייטע ליגנטס. דו זעסט דאך אז קיינער גלייבט דיך נישט.
איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 01:10 |
|
| |
אידעלע, 'אקס' אליין וואלט שוין גענוג וויי געטון. דו האסט נישט געדארפט מוסיף זיין ' פארשטינקענער אקס '.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 01:47 |
|
| |
אידעלע ס'וואונדערט מיך, וועלעכע פערד רעדסטו דא?
"איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן..."
ווייל איך זעה עפעס איינער אן ארבעטסלאזער זאלי, רעדט ווי א פערד פאר פייער און וואסער און ער קען נישט דערליידן אנדערע פערדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 15:34 |
|
| |
אינטערעסאנט אז ער ווייסט נישט אז ''שיתסר'' זאגט מען נישט תחנון איז ער נאר א ע''ה מדרבנן אבער ליידער ליידער צום באדויערן איז ער דאך א ע''ה מדאורייתא וואס ער ווייסט נישט די עשרת הדברות וואס דארט שטייט כבד את אביך ואת אמך און ער איז עס נישט מקיים ווייל וויפיל בזיונות האט ער געברענגט און ברענגט נאך היינט אויך אויף זיין הייליג'ן טאטע זצוקלה''ה צום ביישפיל אחד מני אלף (זעה טאוול ''ברך משה'' אויף די מתיבתא) און דארט שטייט לא תגנוב און דאס איז ער אויך נישט מקיים נאך וואס ער מיט זיין קליקע מושחתים ושכורים האבן בא'גנב'ט די בנינים פון קהל א חוץ וואס ער פריוואט האט גע'גנב'ט די ירושה פונ'ם רבי'ן זצוקלה''ה פאר זיך .
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 17:41 |
|
| |
איך פארשטיי נישט די ארונים. וואס שטערט זיי אז רז''ל האט געזאגט מיט א טאג מער ' רשענו שחתנו תעבנו תעינו תעתענו'? אויב א איד וויל תשובה טוהן מאכט מען דערפון אזא בראטעל?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 23:00 |
|
| |
ווען רז''ל האט אום שיתסר געזאגט ביי תחנון 'אבל אנחנו ואבותינו חטאנו' האט ער אוודאי אינזינען געהאט די עבירה פונעם עצי חיים זי''ע פון עסן פצע''י אנשטאט גאל''א
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2007 00:40 |
|
| |
די מעשה איז ממילא געבאקן פון אנהייב ביזן סוף
האלטס ענק אונטער דעפרעסטע חארונים.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2007 00:54 |
|
| |
אידעלע אסאך וואס צענדליגער אידן האבן דאס מיטגעהאלטן אין ראדני זאגסטו אז עס איז שקר.
אזא פנים טראגסטו נעבעך!
איך פארשטיי דיין ווייטאג אז מען האט אן רבין אן עם הארץ וואס מאכט בזיונות יעדן צווייטן טאג, מיט מען נעמען די פאך פון ליגענט אין די האנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2007 00:55 |
|
| |
שוין צו שפעט צו לייקענען נאכדעם וואס נירעדהאזער רב ר' אש''וו האט עס באשטעטיגט ברבים פאר מערערע מענטשן. ער האט נאר מוסיף געווען אז רז''ל האט זיך שיין באדאנקט פאר'ן מעורר זיין די הלכה אז שיתסר זאגט מען נישט קיין תחנון.
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2007 00:59 |
|
| |
דער געלער בדחן האט היינט געזאגט אין קאפע הויז אז שיתס''ר איז ר''ת ס'אטמארער ר'בי ש'ליט''א י'אמר ת'חנון.
_________________
|
|
|
|
|