בית פורומים כל העולם כולו

ערב פסח: בא''י מלך מהולל בתושבחות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/3/2007 15:27 לינק ישיר 
ערב פסח: בא''י מלך מהולל בתושבחות

מען שטייט שוין בתוך שלושים יום קודם החג, איז ווי איידער זיך מתוכח זיין צי דער עצי חיים זי''ע האט געגעסן גאלא, דענק איך אז עס וואלט געווען א גלייכערע זאך דורכצולופטערן ברבים: פון וואו האט רז''ל גענומען דעם מקור אז ערב פסח ביים מצה באקן ווען מ'זאגט הלל, ענדיגט מען הלל מיט די ברכה ברוך אתה ד' מלך מהולל בתושבחות, אזויווי ער האט געטוהן ברבים אינעם מצה בעקעריי אויף בראדוועי.    אויב עס איז דא א מקור דערצו ביטע פאוסטן און מזכה זיין אנדערע אידן. 

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 17:13 לינק ישיר 


איך בין דארט געווען בשעת מעשה, און נאך א נס אז מהאט אים תיקף מעורר געווען דערויף,
ווען נישט וואלט ער  זיכער ווען ממשיך געווען ווייטער אויך ...................

                       ............... ברוך אתה ד' מלך מהולל בתושבחות................
( ווי שטייט ווייטער דארט? ) .... מזמור לתודה וכו'..........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2007 17:19 לינק ישיר 

אדער יא אדער נישט עס וועט ענק במילא גארנישט העלפען ער וועט נישט פארלירען קיין איין חסיד אפילו עס איז אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2007 17:29 לינק ישיר 

מען קען נישט פארלירן, אויב מען האט נישט.   וואס האט ער יא? מענטשן וואס דעם עצי חיימ'ס זון דער ברך משה האט מען געשאלטן ערב ובוקר, נאר דעם אמעריקאנער יענקי האבן זיי אויסגעקליבן אלס א מורה דרך.    זענען זיי גרייט עפעס מקבל צו זיין פון אים?  פרשת מתיבתא ברך משה דסאטמאר יוכיח.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 17:35 לינק ישיר 

קוק די פיקטשערס פין שושן פורים אין ביהמ"ד החדש וועסטו זעהן וואס דארט טיט זיך ער האט זיך נישט וואס צו שעמען פין זיין --------



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2007 17:46 לינק ישיר 

 קוק אין 'כל העולם כולו' און אין 'העולם החרדי' וועסטו זעהן אז אלע הויפן וואו מ'האט צוגעשטעלט א פורים שפיל איז דא צוקוקער,  אריינגערעכענט בעלז, צאנז קלויזנבארג,סערעט וויזניץ, פינסק קארלין, ביאלא,   דאראג, מתמידים,ועוד.     ביי מקרא מגילה אדער הושענא רבה איז שוין אביסעלע אנדערש. אם הרב דומה למלאך ד' צבקות תורה יבקשו מפיהו, ומכלל הן אתה שומע לאו.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 17:52 לינק ישיר 

 קיין מקור צו רז''ל'ס סיום הברכה האב איך דערווייל נישט ערהאלטן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 18:07 לינק ישיר 

איך בין מסכים מיט ספוט 100%, ער פארלירט נישט קיין איין מענטש פון די אלע אמעראצעס מעשיות.

עס איז ביי מיר ברור כשמש אז אפי' לי יצויר רז"ל זאל בפרהסיא עסן א גראב שטיקל חזיר יום כיפור ביי כל נדרי, וועט דער נעילת החג/שושן פורים טיש נישט זיין ווינציגער מיט קיין איין איינציג מענטש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2007 18:20 לינק ישיר 

 קושקע, ועל אחת כמה וכמה אויב ער זאל עסן בפרהסיא א שטיקל 'קושקע' יום כיפור ביי כל נדרי אן א ברכה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 20:22 לינק ישיר 

נו, משמשבקודש, וואס גייט פאר מיט דיר? זאגן מזמור לתודה אום ערב פסח?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2007 01:55 לינק ישיר 

אז דער רבי אליין איז אן עם הארץ, וואס קען מען שוין ערווארטן פונעם משמש בקודש?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2007 03:02 לינק ישיר 

די מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער.
ס'איז אזוי אמת ווי אלע ענקערע געבעקסן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2007 04:59 לינק ישיר 

אידעלע

_________________

 איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2007 13:20 לינק ישיר 

אידעלע , נאך 3 יאר איז שוין א חזקה און דו ביסט נישט בארעכטיגט על פי תורה יעצט מיט 3 יאר שפעטער צולייקענען. ובפרט ווען עס זענען דערביי געשטאנען עדים נאמנים וואס טייל פון זיי זענען שוין אויפ'ן עולם האמת ובתוכם מרן רביה''ק בעל ברך משה זי''ע.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/3/2007 19:55 לינק ישיר 

דא וויל איך מיך אליין אפפרעגען.  רז''ל'ס עלטערער ברודער מעג איינפירן רח''ל אזעלכע נייע זאכן ווי זאגען עטליכע מאל תורה שושן פורים, ל''ג בעומר , לילי חוה''מ סוכות,וכדומה, און דער אינגערער ברודער טאר נישט איינפירן אזא קלייניקייט ווי ענדיגען הלל ביים מצה באקן:ברוך אתה ד' מלך מהולל בתושבחות?  ווי איז יושר?  

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2007 22:38 לינק ישיר 

 ערב פסח איז שוין אט אט דא , און איך האב נאך אלץ נישט קיין מקור צו מרז''ל'ס מנהג פון ענדיגען ערב פסח ביי מצה באקען : ברוך אתה ה' מלך מהולל בתושבחות

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ערב פסח: בא''י מלך מהולל בתושבחות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext