דער עולם איז געשטאנען אן א לשון היינט ווען דער נידערטרעכיטיגער פארעטער פון ווילי, משה ד. נידערמאן האט זיך היינט נאכמיטאג ביי די הירונג פון די העכערונג וואס קראס מענידזשעמענט וויל באקומען, האט זיך נידערמאן אויפגעשטעלט און געהאלטן א דרשה אז קראס מעג באקומען די ר ע נ ט ה עכ ע ר ו נ ג !!!!
די בושה האט געפלאמט ווען דער רשע האט זיך אויפגעשטעלט אריינשטעכענדיג א מעסער און הונדערטער אידן וואס וואוינען אין בעדפארד גארדענס!
דער רשע האט זיך אויפגעשטעלט נאכדעם וואס איין גוי נאכן צווייטן האט זיך אויפגעשטעלט האלטן דרשות קעגן די העכערונג, האט זיך נידערמאן אויפגעשטעלט בשם ujo - די פארטרעטערס פון די אידישע געמיינדע , און האט געזאגט אז קראס מעג יא באקומען די רענט העכערונג!
די חילול ה' דערפון איז געווען עד לב השמים!
ער האט עס געוואלט פארוואסערן האט ער געזאגט אז דער עולם דארף פארשטיין אז מען העכערט איבעראל די רענט, און קראוס מיז עס האבן, און רוב עולם האט דאך ממילא סעקשאן 8 ממילא איז עס ווייניג מענטשען נוגע, איז ברויך מען לעבן גוט מיט קראוס און לאזן טוען וואס זיי ווילן, אז נישט גייען זיי געבראכן!
עס איז שוין די צווייטע מאל וואס דער רשע טוט דאס, דאס זעלביגע ער האט עס אויך געטאן ביי די הירונג לעצטע מאל וועגן די רענט העכערונג!
כלל ישראל און די יהדות ווילי בפרט ברויכן אויסשפייען דעם רשע און אידישע פאררעטער!
דער רשע איז ערגער ווי דער אמאליגער נידלמאן, נידערמן פאנקט אים איין!
טייל פון די זאכן וואס איז כדאי דער עולם זאל ווייסן פארוואס נידערמאן טוט דאס פאר אידן און האט געמאכט א יד אחת מיט די רשעים פון קראוס.
1) נידערמאן וואוינט אין אן E אפארמענט וואס ליגאל שטעלט מען יעדעם ארויס פון דארט ווען מען האט ווייניגער פון 7 נפשות, קראוס טוט עס יעדן צווייטן טאג און שטעלן ארויס אידן פון אזאלכע אפארמענטס (וואס נידערמאן ושליחיו מסר'ן), נידערמאן איז דער איינציגסטער וואס וואוינט צוויי מענשטען אין אן E אפארטמענט)
2) רוב פון זיינע קינדער און איידעמער וואוינען אין בעדפארד גארדענס, זיי ווערן אלס די ערשטע אפען ליסט.
3) ער באקומט גרויס געלט פון קראוס אז ער זאל מיט ארבעטן מיט זיי.
שומו שמים
שאדן געמאכט 100'דערטער טויזענטער אידישע געלטער פאר זיינע נגיעות!