סיין בי"ד לאזט רח"ד כ"ץ אפען וואסער
די מעכטיגע סיין בי"ד בראשת הגה"צ ראב"ד ראס סטריט שליט"א האבן נישט געוואלט אונטערשרייבן א מחאה נמרצה וואס די זאליס האבן זיי געבעטן אונטערצושרייבן אויף דעם וואס מען האט ארויסגעווארפן און מבזה געווען רח"ד כ"ץ פון סאטמאר אין בארא פארק.
די רבנים גאונים וקדושים האבן אים געלאזט הענגען און זיך נישט אנגענומען פאר די הייליגע כבוד פון זייער חבר.
די עיקר סיבה איז געווען ווייל דער דיין פריעדמאן'נס - ונשיא מוסדות רמ"א - מענשטן האבן נישט געלאזט, ווייל זיי זאגן אז דער דיין האט שוין גענוג שמוץ געווישט, ער האט פארלוירען דערפאר אין די גאנצע וועלט, יעדער לאכט פון אים, אויך האט ער פארלוירן צענדליגער געלט שטיצער וואס געבן אים מער נישט קיין פעני, וואס כידוע איז ביים דיין געלט זייער זייער חשוב.
די זאליס האבן נישט געהאט קיין ברירה און ארייינגעלייגט די מעכטיגע שעלטדיגע אנגעווייטאגטע מחאה אין דער איד, אונטערגעשריבן "הנהלת הקהלה", ווי דארט וויינען זיי זיך אויס מיט ביטערע טרערן אויף זייער צרות אין בארא פארק, און די ביטערע בזיונות וואס כ"ץ האט.
יעצט הייסט עס אז די גאנצע כ"ץ משפחה אנגעפריט פון הגאון הגדול ר' זישא כ"ץ גייען ארויסקומען מיט א מחאה נמרצה מאוד מאוד מאוד...
 |
|
|