מבני בניו איז גערעכט.
פון די אפגעריסענע משוגעים, די מזכיר'ס פונעם סיין בי"ד, שטייט נאך אויס ארויסצוקומען מיט א מחאה וועגן נעמען ווידיאו.
איך וויל זיי נאר דערמאנען אין די לעצטע מינוט אז זיי זאלן זיך דערמאנען ווען XXXXXXXXXX האט אפגעכאפט ווידיאו אין ראדני אין סאמע שמיני עצרת און עס נאכדעם ארויפגעלייגט אויף היידפארק. לויט מיין וויסנשאפט ארבעט נישט די ווידיאו אנדרעש שבת ווי יו"ט.
די איינציגסטע חילוק איז נאר, אז דארט זעט מען קלאר אז דער ערליכער סאטמארער ציבור האט נישט געטון קיין שום זאך וואס זאל זיך אפילו גרעניצן מיט חילול שבת ויו"ט, אפילו ר' עמרם כהנ'ס שטיין אויפן באלעמער אן א קאפעל איז אויך געווען ווען די רוצחים האבן עס אראפגעריסן, אזויווי מ'האט געזען קלאר ביי די ווידיאו וואס איז שפעטער ארויסגעקומען דורך סאטמאר. אויב עפעס האט מען געזען די זאליס רייסן שטיקער ווי די גרעסטע רוצחים, איינער פון זיי איז באלוינט געווארן צו ווערן רז"ל'ס הויז בחור!
משא"כ דא זעט מען קלאר וויאזוי אידן מיט בארד און פיאות, שטריימל און בעקיטשע, קומען אריין אין שבת קודש, נאכן מסתם אראפלייגן א פייערדיגען נשמת און עסן א פיינעם ווארעמען טשאלענט בהשגחת מ.י.ראזען און די סיין בי"ד (די שול איז שוין געווען דעמאלטס ליידיג, די "פרומע" וואס זענען מחלל שבת נאר מיט א טלית זענען אנגעקומען היפש שפעט...), און זיי זענען געקומען בכוונה תחילה צו מחלל שבת זיין! און זיי האבן טאקע אויסגעפירט זייערע כוונות. איך בין זיכער אז נאכדעם זענען זיי ארויס אויף די גאס שרייען אויף אידן וואס טראגן מיט א כשר'ן עירוב אז זיי זענען "מחלל שבת"...
אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה.
איך ווארט צו זען א מחאה אויף די חילול שבת, אויב נישט פון די סיין בי"ד, כאטשיק פון די אנאנימע "הנהלת הקהילה".
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 19/03/2007 0:26:16
_________________
 |
|
|