| נשלח ב-18/3/2007 23:16 |
|
| |
***אריזאנא ווייץ - מי ומי ההולכים ????***
עס איז יעצט הייס געווארן די אישו פון אריזאנא ווייץ, וואס אין אמת'ן אריין איז עס א ריין תורה'דיגע און רבנ'ישע אישו, וואס האט גארנישט מיט פאליטיק. צוליב געוויסע סיבות אבער, איז אריינגעמישט געואורן דערין פאליטישע איגרידיענטס, און ס'איז געווארן ששון.
אצינד, האלטן מיר שוין ביי ר"ח ניסן תשס"ז, מיט גענויע צוויי וואכן צום יום טוב פסח. לאמיר א בליק טאן וועלכע רבנים זענען פאר אריזאנא ווייץ און וועלכע דערקעגן.
קודם, לאמיר גיין פאזיטיוו,
ווער איז דערפאר:
כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
הגאון דומ"ץ דקרית יואל שליט"א
הגאון מסערדאהעל שליט"א
כ"ק אדמו"ר מאפא שליט"א
הרה"צ ר' טודרוס זילבער שליט"א אב"ד יאוואזשנע
הרה"ג הרב ברוידא שליט"א
הרה"ג ר' בנציון שטראסער, דומ"ץ נייטרא שליט"א (ב"פ)
הרה"ג ר' הילל וויינבערגער דומ"ץ נייטרא שליט"א (מט. קיסטקא)
הרה"ג ר' הערשל מיללער אב"ד אראד
הרה"ג דומ"ץ סאטמאר בארא פארק שליט"א
ווער איז דערקעגן:
הה"ר מהרז"ל טייטעלבוים, אב"ד ור"מ וומ"ס
הרה"ג ר' י.ח. מנשה פריעדמאן, דומ"ץ סאטמאר וומ"ס
הרה"ג משארמאש שליט"א
הרה"ג ז"ל פילאף שליט"א
הרה"ג ש.ל. וויינבערגער שליט"א
הרה"ג יצחק שווארץ (אב"ד בראד)
הרה"ג דוד ראזענבערג (סאטמאר מצה בעקערי)
הרה"ג אברהם לויפער (אבדק"ק דאראג והגלילות)
הרה"ג ישראל מענדל שווארץ (אדמו"ר מלושוואנץ)
הרה"ג משולם כ"ץ
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 00:15 |
|
| |
ווי שטייט ענקער נייער דיין הרה"ג המפורסם ר' שלום לאנדא?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 00:19 |
|
| |
האסט פארגעסן אויסצורעכענען די ארץ ישראל'דיגע רבנים
ווי דער גאבד ראבד הגרמ בראנדסדאפער ועוד
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 00:23 |
|
| |
וואס האבן געשריבן בריוו אז עס איז יא גוט
הגה"צ מאודווארי
להבל"ח יעקב יצחק ניימאן אבד פאפא - בעלז ז"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 01:59 |
|
| |
דרך אגב
אין קרית יואל איז שוין נישט דא צו באקומען אריזאנא מצות
עס האט געקאסט 23 א פונט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 03:29 |
|
| |
איך הער זאגן אז הרב וואזנער האט זיך געאייסערט אז ער דארף דווקא אריזאנא מצות... נישט סתם אריזאנא, נאר אריזאנא וואס איז געבאקן געווארן אין קרית יואל.
ווען מ'האט אים געזאגט אז ס'איז שוין אויסגעגאנגען, האט ער פערזענליך אנגערופן דעם גרויסן צאדיק דעם ראשקעבאהאג, און אים געפרעגט אויב ער קען קומען צו אים צום סדר, ווייל אט די מצות, די אריזאנא מצות האבן די אידן געגעסן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, און דאס מוז ער עסן פאר די מצות מצוה, ווילאנג ער לעבט נאך.
חארונים... שוין גענוג שוואנצאניש...?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 04:10 |
|
| |
אידעלע, כ'האב פאר דיר עטוואס אינטערעסאנטע נייעס...
הרב וואזנער דארף נישט קיין ארזיאנע מצות, ווייל אין ארץ ישראל איז קיינמאל נישט געווען דער פראבלעם פון דאהי, ווייל דארט רעגנט קיינמאל נישט אין זומער, ווען מען שניידט די ווייץ.
נאכמער, אין ארץ ישראל שניידט מען זייער אסאך מאל ביי זיבן און אפילו ווייניגער! דאס איז די סיבה פארוואס אלע גדולי ארץ ישראל, אין שפיץ פון דעם פוסק הדור הגאון האדיר ר' מאיר בראנדסדארפער שליט"א האבן אפגעלאכט פון די אלע פריש אויסגעטראפענע חששות פון דעם שיכור לויפער, ספעציעל פון די "כפירה" וועגן דעם טל... אויף וואס די זאליס האבן געכאפט א טרעמפ בלויז דערפאר ווייל דער סאטמארער רבי שליט"א האט געהאט דעם קוראזש ארויסצוקומען ברבים און שטופן דעם וואגן פון די אריזאנע ווייץ, וואס אדאנק אים איז דער אלגעמיינער כלל געוואויר געווארן פון די נייע מהודר'דיגע ווייץ, עד כדי כך אז מען האט זיך דערזען מיט א מאנגל אין די אריזאנע ווייץ איבעראל, שוין אין די וואך פון פורים!
לויט ווי זאכן גייען יעצט, וועט ביז עטליכע יאר נישט זיין קיין איין בעקערי אין גאנץ אמעריקע וואס זאל נישט נעמען קיין ווייץ פון אריזאנע און די ארומיגע שטעט.
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 14:59 |
|
| |
ווינער קהלה האט ארויסגעשטעלט א מודעה
אז ווער עס דארף די מהודר'דיגע אריזאנע מצות
מיט זייער השגחה
זאל באצאלען אפאר דאלער מער
די פשוטע מצות קאסט 21 דאללער
די אריזאנע 26
אגב איז הרב לויפער היינט ערב ראש חודש ניסן
בכבודו ובעצמו ארומגעגאנגען
בבית המדרש המפואר 13 הופפער סטריט
אפנעמען די מעות חיטין פונעם עולם
דער עולם האט געגעבן בסבר פנים יפות
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 16:04 |
|
| |
מען שמוסט אז די סיין בי"ד האט זיך צאמגעזעצט און נאכן דן זיין א לאנגע צייט בכובד ראש האט מען אנגענומען די פארשלאג פונעם מזכיר הסיין אז אויף היי יאר איז שוין טאקע צו שפעט, אבער נעקסטעס יאר גייט מען טוישן די נאמען פון די ווייץ! אנשטאט ארי-זאנע גייט מען א נאמען געבן די ווייץ זאלי-זאנע, און דערנאך וועט די סיין בי"ד ארויסקומען מיט א בריוו אז די ווייץ איז שוין געהעריג כשר וישר, ויאכלו ענוים וישבעו.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 17:18 |
|
| |
ארגינעלער, האסט גוט געזאגט. יפה דיברת.
אריזאנא ווייץ איז נישט קיין שום פראבלעם, אזוי ווי רביה"ק בעל ויואל משה האט טאקע אליין אויך געהייסען שניידען דארטען עטליכע מאל.
נאר דעם אופן וויאזוי דער קל, אייער ראשקעבאהאג איז זיך נוהג צו שניידען שוין נאך שבועות, (עי' במכתבו של ר' אלי' סימאן) און מיט אנדערע שרעקליכע קלות'ן וועלן די ארונים היי יאר עס חמץ גמור.
די אריזאנא ווייץ פון די חארונים איז געוואקסן אין א מדבר. דאס איז פסול פאר מצות און כלש"כ פאר מצות מצוה. אנדערע ווייץ וואס וואקסט אין אריזאנא (נישט אינעם מדבר) איז נישטא קיין שום פראבלעם.
הג"ר דוד ראזענבערג שליט"א בעמח"ס שו"ת מנחת דוד האט דאס קלאר ארויסגעברענגט, און אויפגעוויזן אז די מצות פונעם ראשקעבאהא"ג איז חמץ גמור.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 17:47 |
|
| |
ס'איז דא ערגעץ צו באקומען א טעיפ פון ר' דוד רז"ב'ס דרשה?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 17:51 |
|
| |
אידעלע.
ר' אלי' סימאן שרייבט אז ער האט געפרעגט די הוראה פון הגאון האדיר ר' געציל בערקאוויטש שליט"א ואן פון אנדערע פוסקים, און אלע האבן געזאגט אז דארט איז נישטא קיין שום חשש, וויבאלד קיין רעגן פאלט נישט דארט בכלל און ס'איז נגד הטבע.
אויסער דעם, שרייבט דער אודאווריער רב אז עטס האט געפעלשט בריוון, און אז ער איז יא מסכים אז די אריזאנא ווייץ איז גאר מהודר.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 18:03 |
|
| |
אידעלע
ווער איז ביי דיר גרעסער
דוד רז"ב אדער משה בער בעק??
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 18:29 |
|
| |
The whole problem with the Arizona wheat, that its called Ari-zona. if it would be called Zoli-zona, everything wohld be just great...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 18:36 |
|
| |
פאטאקי
ווער איז ביי דיר גרעסער, הג"ר שלום לאנדא דומ"ץ סאטמאר (סענטראל)
אדער דער ראשקעבאהא"ג, דער הולך בערכאות, וואס איז אפגעפרעגט ביי אלע גדולי ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 19:43 |
|
| |
אידעלע זייט ווען ביסטו מיט דיין שטריק דער גדולי הדור ?? אז די זאגסט ער איז אפגעפרעגט ביי אלע גדולי הדור.
|
|
|
|
|