די מעכטיגע השפעה פונעם אינטערנעט אין די 08' קאמפיין
אין די היימישע פרעסע וועט איר ח"ו נישט טרעפן די נייעס, אבער די אמעריקאנער מידיא איז פארנומען שוין דריי טעג מיט די אנטי קלינטאן ווידיאו, און די טעמע האלט נישט ביים אראפגיין פון אויבנאן.
די רעדע איז איבער א אדווערטייזמענט וואס עפל האט געהאט געמאכט אין 1984, דוכט זיך קעגן איי. בי. עם. וואס "עמיצער" האט איבערגעמאכט קעגן קלינטאן און ארויפגעלייגט אויף יו-טוב. זיין ציל איז געווען ארויסצוברענגען אז קלינטאן איז א טייל פון די וואשינגטאנער פאליטיק, און דארף ערזעצט ווערן מיט פריש בלוט. די ווידיאו האט זיך געענדיגט מיט "באראקאבאמא.קאם".
ביז געציילטע שעה האט די ווידיאו שוין געהאט איבער 400,000 צוקוקער. און די אלגעמיינע פרעסע האט באלד זיך גענומען אויפשפילן די ווידיאו נישט אזוי ווייט צוליב די עצם ווידיאו ווי ארויסצוברענגען דעם פאקט ווי שטארק די וועלט האט זיך געטוישט, און אז דער 08' קאמפיין וועט געפירט ווערן אויף די אינטערנעט ווי יעדער שמויגער וועט ווערן א בעל דיעה. איין פאליטישער אנאליסט האט זיך טרעפליך אויסגעדרוקט, "אויב ביז היינט איז דער קאמפיין געפירט געווארן דורך צוויי ארמייען וועלכע האבן זיך געשטעלט איינער קעגן די אנדערע מיט זייער ארטילעריע, וועט יעצט דער קאמפיין געפירט ווערן ווי א גערילע קאמף, מיט ציווילע קעמפער אויף אלע זייטן".
נאך וויכטיגער איז דער פאקט פון אנאנימיטעט וואס די אינטערנעט באנוצער געניסן. אזוי צום ביישפיל האט די פרעסע באלד הויך שפעקולירט צי דער עד איז נישט פערצופאל געמאכט געווארן דורך א קלינטאן אקטיוויסט, וועלכער וויל אויף דעם וועג שאפן א שלעכטן פנים פאר אבאמא, אלס צעווילדעוועטער פארשוין? און אפשר איז עס געווען סתם א קאנסערוואטיווער אקטיוויסט וועלכער זוכט צו באגראבן קלינטאן, און באהאלט זיך אונטערן שלייער פון באראק אבאמא כדי נישט צו שעדיגן זיין לאגער? אנדערע האבן געשריגן אז דאס איז גאר פון א רעפובליקאנער וועלכער זוכט צו שאפן בייז בלוט און העסליכע אטאקעס צווישן די קלינטאן און אבאמא לאגערן.
עווענטועל שטעלט זיך ארויס אז דער אקטיוויסט וואס האט דאס ארויפגעלייגט איז יא אן ארבעטער פאר די זעלבע פירמע וואס האט אהער געשטעלט באראק אבאמא'ס וועב-זייטל... אבער דאס פארמיידט נישט פון די מידיא זיך צו קאנצענטרירן אויף דעם מאכטפולן געווער וואס רופט זיך אינטערנעט, און דעם פאטענציעלן כח וואס ליגט דארט באהאלטן, צום גוטן און צום שלעכטן.
וואס איז אייער מיינונג דערוועגן?
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/03/2007 4:27:53
נשלח ב-23/3/2007 19:09
איך האב געזען די יו טוב קליפ. ס'איז זייער ציפעדיג קעגן קלינטאן
דא איז די רעדע אז דער קאמפיין גליטשט זיך ארויס פון די געלערנטע הענט און שווימט אריין אין א מינע-פעלד, וואו יעדער אינגל קען מישן דעם טאפ אן פאראויסצוזען די קאנסעקווענצן. וואס וועט - לכאורה - גענצליך טוישן דעם צוגאנג פון און צו פאליטישע קאמפיינען.
איך בין נייגעריג וואס דער עולם האלט, וואס וועלן באמת זיין די קאנסעקווענצן דערפון. איז עס סתם אן אויפגעבלאזענער באלאן, אדער איז עס אן ערנסטער דראאונג אויף יעדן נאציאנאלן קאנדידאט?
דאס זעלבע איז אינטערעסאנט צו דעבאטירן אויב ס'וועט אמאל קומען צו א ענליכן מצב אויך ביים היימישן ציבור.
נשלח ב-29/3/2007 00:02
איך האב געזען די עד אין די מידיא. איך האב אויך געזען ווי שטארק זיי זענען ביזי אז די אינטערנעט גייט טשעינזשן די קאמפיינס.
אבער איך האב נישט אנגעהויבן צו פארשטיין די עצם עד, וואס דארף עס צו ווייזן? אויסער עפעס א פרוי שיסן א האמער אין קלינטאנס פנים האב איך דארט גארנישט געזען.
שקל שלם !!!
נשלח ב-29/3/2007 21:36
דער עד צילט בעיקר ארויסצוברענגען אז קלינטאן (אדער אין ארגינעלן עד, איי. בי. עם.) איז די ביז איצטיגע עסטאבלישמענט, און אזויווי דער וואס פארשפרייט דעם עד האלט אז דער עולם זוכט א טויש, שטעלט ער זיך פאר אלס דער פרישער פנים און דרויסנדיגער אלטערנאטיוו צו די ביז יעצטיגע פירערשאפט.
נשלח ב-30/3/2007 05:10
זשוליאני, רעדסט נארישקייטן. די עד איז בכלל נישט אזוי ציפעדיג קעגן קלינטאן ווי דו מאכסט עס. די דזשאוק פון די עד איז אז ס'איז נאכגעמאכט גענוי פון אן עפל קאמפיוטער עד פון 1984, און ווי אפשר_דאך ברענגט גוט ארויס, האט עס שוין דערצו א באהאלטענעם מעסעדזש, איבער די ביז-יעצטיגע עסטעבלישמענט. דעטס אלל.