| נשלח ב-27/3/2007 03:36 |
|
| |
חארונישע בוטשער אויף געהאקטע צרות.
די חארונישע בוטשער שטייט שוין יעצט צום דריטן יאר, און וויפיל זיי האבן געפלאנט אינטערצוהאקן דעם פלייש געשעפט שע"י קהילתינו הקדושה, האקן זיי דעם קאפ אין וואנט אריין.
פאריגע וואך האט די חארונישע בוטשער געמוזט ארויסווארוופען 800 פונט פלייש וואס איז נעבעך פארדארבען געווארן ליגענדיג אין פריזידער אנע קונים. זיי האבן שנעל געונמען קאלן זייערע שווענצלעך צו קומען קויפען, אבער יעדער האט זיי געעענטפערט, אז זיי האבן שוין איינגעקויפט דעם פסח'דיגן ארדער.
אין פלייש שע"י קהילתינו הקדושה שפורדעלט מיט קונים פון איבעראל, אז מ'קען פשוט נישט נאכקומען די ארבעט. מ'האט דעריבער יעצט אויפגענומען האברך ר' משה הלוי ברוין, בן ר' יקיר הי"ו, וועלכער וועט אי"ה אנפירן די פלייש געשעפט מיט גרויס געניטשאפט.
די חארונים דארפען פארשטיין אז אזוי לאנג ווי זיי וועלן ארבעטען אינטערצוברענגען דעם סאטמארען בוטשער סטאר וועט זיי אלעס גיין לטמיון, והיא לא תצלח !
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 05:45 |
|
| |
דער אידעלע קוקט אויס ווי איינער וואס קען נעבעך נישט שלאפן געהעריג. ער האלט אין איין חלומען וואכעדיגערהייט.
אידעלע די גיי דא מיט דיינע חלומות, און דער בית השחיטה אין קרית יואל וואקסט אויף הייווען, אזאש אז די וואך האט מען געמוזט אנהייבן צו ארבעטן ביז 10:30 ביינאכט נאכצוקומען די ארדערס
אידעלע, איך וואונטש די זיסע חלומות.
א גוטע נאכט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 16:37 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 17:19 |
|
| |
באלד וועט דער ''חולם חלומות'' או ''הוזה הזיות'' שרייבן אז דאס בילד איז צוזאם געשטעלט אזוי ווי די פארברענגען פונ'ם נעית החג רבי .
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 17:31 |
|
| |
גאסט דו מאכסט א טעות די בילד איז פון מגלה לייענען אין ראדני ..........
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 17:43 |
|
| |
חכם דו, דאס זענען טאקע די טשיקענס וואס זענען נעבעך איבערגעבליבן אין בית השחיטה...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 19:44 |
|
| |
איך האב דען גערעדט פון בית השחיטה.
איך האב גערעדט וואס איך ווייס פונעם חארונישן בוטשער אין וויליאמסבורג, דארט האט מען אוועקגעווארפען קרוב צו טויזענט פונט פלייש.
פארדריי נישט דעם סובדזשעקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2007 19:54 |
|
| |
שרייב אזוי
די אהרונישע בוטשער סטאר אין ווילי האט נעכטן אוועקגעוורפן אין גארביטש 20 טויזענט פונט פלייש
די אהרונישע בוטשער סטאר אין בארא פארק האט נעכטן אוועקגעוורפן אין גארביטש 15 טויזענט פונט פלייש
די אהרונישע בוטשער סטאר אין קרית יואל האט נעכטן אוועקגעוורפן אין גארביטש 13א האלב טויזענט פונט פלייש
חלום ווייטער...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2007 21:02 |
|
| |
גראדע איז אידעלע גערעכט,
די ארונישע בוטשער סטאר איז אויף געהאקטע צרות...
אבער פארוואס דער זאלי יודעלע ווייסט נישט אז ארוני ספעלט מען
מיט א אלף און נישט מיט קיין חי"ת, ווייס איך נישט,
אדער איז ער א אונגארישער און וויל שרייבן הארוני
און אלץ אונגארישער איז א ה"א א חי"ת,
אדער איז דער פשוטער תירוץ, א עם הארץ קען נישט ספעלן...
נחזור לענינינו, איך בין מיך מודה ומתוודה אז
די ארונישע בוטשער איז אויף געהאקטע צרות,
דער סענדער ראזענפעלד האט איבער גענומען א קליין געשעפטל
א בוטשער געשעפט וואס האט זיך נאר וואס געפענט,
מיטן ציל דאס צוביסלעך ארויף ארבייטן עס זאל זיין א שטיקל הכנסה פאר
די מוסדות הקדושים, אבער פונקט ווי די מוסדות הקדושים זענען אויף איינמאל
צו וואקסן אין א פארנעם וואס מאז היות ישראל לגוי איז נאך אזוינס נישט פאסירט
צו ווערן תיכף אזוי מעכטיג גרויס מיט קנאפע 4 טויזענט תלמידים ותלמידות,
פונקט אזוי איז זיך דער בוטשער פלוצלינג צו וואקסן, אום גערישט קומען
קונדען פון גאנץ וויליאמסבורג און לאו דווקא אידן וואס באלאנגען צו אונזער קרייז
נאר סתם אידן וואס זענען מדקדקים בקלה כבחמורה און ווילן דווקא מהודר'דיקע פליישן
קומען צו אונז אין בוטשער קויפן, און דאס האט גורם געווען אז זיי זענען אויף געהאקטע צרות,
אין פארהעלטענסמעסיג קליין געשפטל אויסצופאלגן טויזענטער קונדען און יעדן פראבירן
צופרידן צו שטעלן, איז פשוט אין גראד א עבודה רבה ועצומה, די שכנים באקלאגן זיך
אז זיי האבן צוגענומען דעם גאנצן סיידוואק, עפעס איז דארט דא אזא מעכטיגער פארקער פון מענטשן
און דאס נעמט אוועק די רוה פון די שכנים, אין די פריה פארטאג שעהן גראגערט
שוין אין קאפ די מאטארן פון די טראקס פון קרית יואל פאלטרי,
און א גאנצן ליבן טאג קומען אן די דעליווערי טראקס אנצופילן זייערע טראקס
צו דעליווערן די סחורה פאר די קאסטאמערס,
אלזא ס'איז צרות ווי א בארג, און איך מיז מודה זיין צו מיין פריינד אידעלע,
פארפאלן יודעלע, אמת איז אמת, די ארונישע בוטשער איז אויף געהאקטע צרות,
אבער אידעלע זיסער, פליעז לערן דיך אויס צו ספעלן
איך זאל מיך נישט דארפן שעהמען מיט דיר, OK?,
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 28/03/2007 21:16:03
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2007 22:26 |
|
| |
יענקעלע אווי אייביג!!
אבער איך זע אונטער דיין ניק אז די ביסט א נקבה
זייט ווען איז יעקב א מיידל נאמען?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2007 22:48 |
|
| |
פאטאקי
RIGHT ON
YOU HAVE A SHARP EYE
זאג נאר,
וואס קיקסטו אויף נקבות, הא?
למעשה, ס'איז נאר געווען א טעסט,
איך האב געוואלט זעהן ווער ס'וועט זיך כאפן,
אמת, יענקעלע קען נישט זיין קיין נקבה,
אדער הייס איך נישט יענקעלע,
אדער בין איך נישט קיין נקבה,
IT'S YOUR CHOICE,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2007 23:39 |
|
| |
PATAKI ARE YOU 96 ?
|
|
|
|
|