אנטווערפן,
דער וויליאמסבורגער רב שליט"א מאכט צו זיין ישיבה
פונקט ווי דיין שטריק האט מיט 300 בחורים מער ווי אין קרית יואל,
ביידע זענען אייניג אמת,
דער געוועזענער אנטווערפענער רב שליט"א האט געליטן
אין אנטווערפן פונקט ווי זיין זיידע דער הייליגער ישמח משה זי"ע
האט געליטן אין אוהעל, און רוב הייליגע צדיקים בדורות הקודמים
האבן געליטן אין זייערע שטעט, פון אפאר רשעים און עזות פנים'ער,
בן בזמן ווי רובא דרובא פונעם עולם האט געהאלטן מיטן רב,
און עד היום האט ער די הערצה פון רוב עולם אין אנטווערפן,
אבער אזוי ווי דער דריי יעריגער -פון אנהייב אויסגענומענער- טערמין
איז אנגעקומען און דער רב שליט"א איז צוריק געקומען קיין ניו יארק
האט ער אריבער געפירט זיין ישיבה קיין ניו יארק, און אויב דאס הייסט
פארמאכט דאן האט דער רבי זי"ע אויך פארמאכט זיין ישיבה אין די שטאט סאטמאר,
נאכער ווען דער רב שליט"א האט איבערגענומען דאס פירן די קהלה
הקדושה אין וויליאמסבורג, קודם אלץ מנהיג רוחני און שפעטער אלס
גאב"ד קהל יטב לב האט דאס געצווינגען דעם רב שליט"א איבער צו
געבן די הנהגה פון די ישיבה פאר א הנהלה רוחנית און דאן האט זיך
געטוישט דער נאמען צו ישיבת שער התורה, און אויב האט ישיבת שער התורה
עפעס פראבלעמען איז נאר ווייל דער רב שליט"א איז דארט צו ווייניג,
ובפרט אצינד ווען דער רב שליט"א פירט אויף זיינע פלייצעס די הייליגע
קהלה הקדושה מיט אלע אירע אקטיוויטעטן מיט די הייליגע מוסדות הקדושים
און דאס איז די סיבה פארוואס דער רב שליט"א קען זיך נישט אפגעבן
אויסשליסלעך מיט די ישיבה שער התורה, אבער למעשה איז די ישיבה מצליח
שלא כדרך הטבע, (איך רעד אין רוחניות, ווייל אין גשמיות פינאנציעל ווייס איך נישט)
דאס איידעלקייט שפראצט ארויס פון די בחורי חמד, פון די קרוב צו הונדערט
בחורים פעלט נישט קיינער ביי די שלש סעודות פונעם רב שליט"א,
מען זעהט די בחורי חמד לערנען בהתמדה עצומה במשך דעם בין הזמנים
אין היכל יהוסף שע"י ביהמ"ד קהל יטב לב דסאטמאר אויף הופפער סטריט
אבער ביי אייך פון די קרוב צו טויזענט בחורים (לשיטתך) וואס דיין שטריק האט,
זעהט מען נישט קיין 50 בחורים ביי זיינע טישן אדער שלש סעודות,
און דאס טיט שטארק וויי, זייער זייער שטארק וויי, אזוי שטארק אז מען זיך
אויסגעבן דא אויף די שפאלטענעס פון היידפארק, מיט כעס און קללות נמרצות
אנטווערפן, I FEEL YOUR PAIN,
דיין שטריק וואלט זיך געווינטשן צו האבן אזא דורכפאל ווי אונזער באליבטער רב שליט"א.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 13/04/2007 19:59:50
 |
|
|