א ווילדע פאגראם איז פארגעקומען אין ר' חיים הערש'ס ישיבה גדולה אין ירושלים היינט.
די ביטערע מצב פון ר' חיים הערש'ס ישיבה אין די עסק ביש דערפון איז א גפערלכע שטינק אין ירושלים, ווי זייט ר' חיים הערש איז געקומען קיין ירושלים איז די אמאליגע הערליכע סאטמאר ישיבה געווארן א טאיאטער.
היי יאר אנהייב יאר האט ר' חיים הערש באפוילען אפ שפארן די ישיבה גדולה וואס האט דעמאלס געהאט בלויז 17 בחורים, שוין נאכדעם וואס חדשים האט ר' חיים הערש אדערוויטייזט אין דער איד אז ער נעמט אן בחורים פון אויסלאנד, און שטעלט צו אלעסדיג אבי מען זאל קומען, עס האבן זיך נישט געמאלדן מער ווי 3 בחורים פון אויסלאנד.
למעשה איז געווארן א פייער דערפון, און די טאטעס האבן פארפירט געפערליך, אז זייערע בחורים בלייבן אפען גאס און וועלן ארויס גיין לתרבת רעה, האט ער צום סוף געפענט די ישיבה מיט 14 בחורים פאריגעס זמן, און פרובירט וואס ער קען מאכן מיט זיי.
ליידער אינמיטען זמן זענען 2 פון די צוועלף בחורים ארויס לתרבת רעה רח"ל והדברים ידועים, אנדערע 2 בחורים האבן אפגעצויגען אימיטען זמן, און 1 בחור איז געווארן א חתן אין געבליבען אינדערהיים, געבליבען יעצט איז 9 בחורים!.
יעצט האט ר' חיים הערש ווידער געמאלדן אז די ישיבה איז אפגעשפארט, און די 9 פארבליבענע בחורים זאלן בלייבן אפען גאס, יוסף שווארטץ האט געזאגט פאר אלע טאטעס גענוג איז גענוג די ישיבה איז פארשפארט.
די בחורים האבן אים אנגעפיפן, נעכטן מיטוואך צום נייעם זמן זענען זיי אנגעקומען אין ישיבה וואס געפינט זיך אין ביהמ"ד ויואל משה אין ירושלים, עס איז געווען פארשלאסן די בחורים האבן אויפגעבראכן די שלעסער און געפענט די ישיבה, ווען ר' חיים הערש האט געהערט וואס די בחורים האבן געטאן האט ער באפוילען פאר שלמה הערש עקשטיין שוין אריבער צו גיין אין כולל און הייסן אלע אינגעלייט זאלן ארויף גיין לערנען אין היכל הישיבה, אזוי וועט מען די בחורים פארטרייבן, די כולל אינגעלייט האבן געפאלגט די בחורים האבן זיך נישט געלאזט פון זיי און זיי נישט געלאזט לערנען דארט, זיי האבן געזינגען געהאקט, און 2 כולל אינגעלייט האבן זיי באגאסן פון קאפ ביז פיס.
אינמיטען די נאכט זענען די בחורים געגאנגען אין געמאכט א פאגראם אין ישיבה, זיי געמאכט א חורבן בית המדרש צוריסן און צופליקט אלעס, אנגעשריבען מיאוסע לאזונגען קעגן יוסף שווארץ און עקשטיין, זיי האבן געמאכט א חורבן איום ונורא, זיי האבן צוריסן די לעקטער, דערנאך זענען זיי געגאנגען און גענומען אלע טישן און בענק און איינגעשפארט אין א שטוב מיט שטארקע שלעסער.
היינט צופרי ווען די כולל אינגעלייט זענען אנגעקומען אין ישיבה האבן זיי געזעהן די חורבן איום וואס די בחורים האבן אנגעמאכט, מען האט געברענגט בעל מלאכת און אויפגעבראכן די טיר, און ארויסגענומען די טישן און בענק, די בחורים זענען אנגעקומען און זיך גענומען שלאגן מיט די כולל אינגעלייט און זיי פארטריבן פון דארט מיט בזיונות.
ר' חיים הערש האט גערופען אן אסיפה מיט אלע שלעגערס אויף מוצאי שבת, ווי ער גייט זיי באפעלען זינטאג צו באצאלן פאר די בחורים, און זיי באמאקלען און ארויסווארפן פון די ישיבה, עס קוקט אויס ווי זינטאג גייט זיין א מלחמה כבידה, און א פרישע פאגראם.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/04/2007 3:51:02