בית פורומים כל העולם כולו

מסע הכבוד של מהר"א מסאטמאר לירושלים עיה"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/4/2007 03:52 לינק ישיר 
מסע הכבוד של מהר"א מסאטמאר לירושלים עיה"ק

לויט ווי איך הער רישט מען זיך פאר א גרויסע נסיעה קיין ירושלים עיה"ק בראשות כ"ק רבינו הגה"ק (מהר"א) שליט"א, ווי דער רבי שליט"א וועט וויילן אין ירושלים דעם קומענדיגן פרשת שופטים, און ס'וועט זיין א הנחת אבן הפינה למוסדות ייטב לב בירושלים, ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע שרייבן, ובפרט וועגן די פונקליכע דאטום'ס, זאל מען דאס ביטע מעלדן, כדי דער עולם זאל זיך קענען פארשאפן טיקעטס אויף די נסיעה, וואס זומער איז גאנץ שווער צו באקומען טיקעטס, 
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/06/2007 0:56:28



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2007 17:19 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס עס קאסט א נסיעה מיטן רבין קיין א"י?, און ווי קען מען טרעפן די ביליגסטע טיקעטס?,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2007 20:32 לינק ישיר 

ווער קען מיר העלפן???
נאכן זען אין בלאט אז מען קען קויפן טיקעטס פאר אינטער טויזענט דאלאר האב איך חשק צו פארן אויף די נסיעה מיט מיין עקרת הבית, אזוי ווי איך בין נאך אין ירושלים נישט געווען וויל איך וויסן, איז דארט דא היימישע האטעלס אין די געגענט? איז דאס נאנט צו ווי מען וועט דאווענען און פירן טיש? וועט מען דארט געבן צו עסן?, איז דא אין ירושלים היימישע פארלעסליכע רעסטאראנטן ווי מען קען עסן פרישטיגס און נאכטמאלס?, בכלל ווייסט עמעצער ווי מען וועט דאווענען אין פירן טיש?, ווי וועט דער רבי שליט"א האבן זיין אכסני'?, וועט דארט זיין עפעס א קבלת פנים אדער א מסיבה ווי דער עולם וועט זיך צוזאמען קומען? (אויסער שבת ביי די תפילות ועריכת השולחן), גייט דער רבי פארן אויף די מקומות הקדושים און וועט זיך דער עולם קענען באטייליגן?

די ענטפערס וועלן מיר העלפן צו מאכן מיין באשלוס צו מיר זאלן פארן צו בלייבן אינדערהיים,
ויישר כח למפרע.     



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2007 21:47 לינק ישיר 

פארוואס אזוי טייער?

ביי אונז אין באבוב לכבוד החתונה בבית המלכות האט מען געקענט באקומען טיקעטס פאר 499$ צוטיילט אויף 10 פעימענטס

ענקער פרייז איז ווייט פון א מציאה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2007 22:21 לינק ישיר 

תרי תשובות בדבר:

1) אלעס גייט לויט סיזאן

2) זאג נישט אויס הויך ווער סהאט צוגעצאלט פאר וועם וויפיל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/6/2007 06:35 לינק ישיר 

סדר הנסיעה לויט וויפיל איך האב געהערט
דער רבי קומט אן בעזהשי"ת מיטוואך נאכמיטאג און וועט תיכף צופארן צום פלאץ פונעם נייעם שיכון
ווי עס וועט פארקומען דער גרויסארטיגער קבלת פנים משולב מיטן הנחת אבן הפינה פארן נייעם שיכון
קרית יואל ירושלים פון דארט וועט דער רבי גיין באזוכן מרן גאב"ד י"ם שליט"א און דעם ראב"ד שליט"א

 דאנערשטיג וועט דער רבי דאווענען שחרית בבהמ"ד "ברך משה"
און ארום גיין באזוכן דע רבנים און אדמורי"ם און שטאט
און נאכמיטאג וועט דער רבי אויפנעמען קוויטלעך
פרייטיג איז אויך באשטימט פאר קוויטלעך און ביקורי נימוסין פון דע רבנים און אדמורי"ם

שבת גייט מען דאווענען און בהמ"ד "ברך משה" וואס ווערט דירעקט אויסגעברייטערט צו קענען אקמאדירן
דעם גרויסן ציבור
עריכת השלחן און ס"ש וועט פארקומען און א גרויסן שאטער אויפן לאט פונעם שיכון
מוצ"ש וועט מען אהיים באגלייטן דעם רבין

זונטאג
וועט דער רבי פארלערנען א שיעור פאר בני הישיבה
מאנטאג
וועט מען פארן קיין מקומות הקדושים
און פון דארט וועט דער רבי פארן קיין בני ברק באזוכן דעם שווער און אהיים פארן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מסע הכבוד של מהר"א מסאטמאר לירושלים עיה"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext