בית פורומים כל העולם כולו

רז"ל: חי ראטל אין מירון איז א גניבה....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/4/2007 00:09 לינק ישיר 
רז"ל: חי ראטל אין מירון איז א גניבה....

דער גרויסער למדן און בעל מדות, ווען ער שווייגט מיינט מען נאך אז ער איז קלוג. אבער ווען ער ערפנט זיך דעם פי האתון הייבט ער אן גיסן שטותים און דברי בלע, אז ס'גייט פון די נאז ארויס.

פרייטאג נאכמיטאג איז רז"ל ארומגעלאפן באזוכן רבנים, אז זיי זאלן אים שולדיג זיין צוריקצוקומען. ער האט אנגעקלאפט יעדע טיר פון יעדן רעוועלע, אדמו"ר אדער רב.

ביי קארלסבורגער רב רבי יחזקאל ראטה האט ער באזוכט און אנגעהויבן רעדן פון "מירון".
נישט האבנדיג זיך צוגעגרייט וואס צו רעדן פון רשב"י, פון די מערה, פון ל"ג בעומר... האט רז"ל אנגעהויבן רעדן פון ח"י ראטל... נישט איבער דעם מנהג פון ח"י ראטל, נאר פון עטליכע אידן וועלכע נעמען צונויף געלט פאר משקאות און ח"י ראטל אין מירון.

דער לאקאלער האט אנגעהויבן גיסן פעך און שוועבעל אויף א גרויסן באקאנטן עסקן פון דאהי אין ניו יארק, א חסיד'ישער איד וועמען יעדער קען, אז יענער איז א גנב... וכו'.

רבי יחזקאל האט געמאכט מיט די האנט, נו, נו, נו.... און דער רז"ל האט זיך שנעל אויפגעהויבן, זאגענדיג אז ס'איז שוין שפעט צו שבת...




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רז"ל: חי ראטל אין מירון איז א גניבה....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext