| נשלח ב-8/5/2007 03:33 |
|
| |
ראטעוועטס די אינטערנעט באצייטנס!
די גרויסע קעיבל קאמפעניס, ספעשילי AT&T און ווערייזאן ווילן מאכן א נייע בראדבענד וואס מזאל זיי מוזן באצאלן צו קענען נוצן, דאס מיינט אז זיי גייען קאנטראלן די אינטערנעט און אלעס וואס משרייבט דארט. אינקלודינג בלאגס, פארומס אזויווי היידפארק, ווידיאוס, און אלעס אין דער וועלט. סקען נאך קומען א טאג וואס א ביזנעס אדער חסידות אדער ווייסיך וואס זאל באצאלן פאר די קעיבל קאמפעני אז זיי זאלן בלאקן היידפארק, אדער ענליכע פארומס און בלאגס, און אונז אלע וועלן בלייבן מיט די צונג אינדרויסן!
סאיז נישט נאר היידפארק, טויזנטער זאכן וואס אונז נוץ מיר די אינטערנעט וועלן ווערן אויסגעשפילט אדער וועט עס ארויפציען די פרייזן ביזן הימל.
די קאמפעניס שמירן ריזיגע געלטער פאר קאנגרעסלייט און סענאטארס אז זיי זאלן שטיצן זייער געזעץ. שטעלטס אפ די זאך באצייטנס! נאר אונז קען מיר עס אפשטעלן! א כח הרבים וועט אפקלינגען זייער ווייט און שטארק.
גייטס ארויף צו: http://savetheinternet,com און שיקטס אפ א פעטישאן צו ענקער לאקעל סענאטאר און קאנגרעסמאן, האטס נישט מורא צו שרייבן די פולע נאמען! נאר אזוי וועט מען ענק נעמען ערנסט.
פארשפרייטס די זאך וויפיל מעגליך, וואס מער מענטשן וועלן זיך אנשליסן אלס בעסער און שטערקער וועל מיר אונז קענען הנאה האבן פון די געוואלדיגע אויפטוען וואס די אינטערנעט האט געברענגט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2007 01:10 |
|
| |
סאיז זייער פשוט.
יעדער ווייסט אז אינטערנעט סייטס האלטן זיך אין איין טוישן, יעדן טאג ווערן צוגעלייגט פרישע פיטשוירס און אפשענס ביי יעדע סייט, און יעדע ברעקל אינפארמעישאן נעמט צייט צו דאונלאודן. סאיז דא הונדערטער זאכן וואס וועבסייטס האלטן זיך צוריק פון ארויפלייגן ווייל סוועט נעמען צו לאנג צו דאונלאדן.
למשל, אויב ווערייזאן וועט ארויפלייגן אויף זייער פראנט פעיזש א פיקטשער פון 10 MB וועט עס ביי DSL ביי א עווערעזש ספיד פון 400 KBPS געדויערן 25 סעקאנדס זיך צו דאונלאודן, אבער מיט א ספיד פון 5 MBPS נעמען נאר 2 סעקונדעס.
אויב וועט זיי געלונגען אז די נייע שנעלע אינטערנעט ספיד וועט קאסטן אזוי סאך ווי זיי ווילן, און נאכדעם וועלן אלע גרויסע און וויכטיגע וועב סייטס אפגרעידן זייערע סייטס מיט זאכן וואס וועלן זיין למשל 50 MB, וועט יעדער וואס וויל אריינגיין אין יענע סייט מוזן נוצן די שנעלע אינטערנעט ספיד ווייל אויב ער וועט נוצן DSL וועט עס אים נעמען א יאר מיט א מיטוואך.
פאר א גוטע משל, טריי יעצט אריינצוגיין אין היידפארק מיט DIAL UP און זע ווי לאנג סנעמט, אפאר יאר צוריק איז עס געווען צען מאל שנעלער אויף DIAL UP ווייל סהאט גארנישט געהאט, יעצט איז עס שוין אנגעפאקט מיט הונדערטער אינפארמעישאנס וואס דויערט ווי לאנג סדאונלאוד זיך. מקען נאך אריינקומען אבער סנעמט סאך לענגער.
שטעלטס ענק פאר ווען איינער וואס האט DIAL UP וויל דאונלאודן א ווידיאו למשל פון ל"ג בעומר אין מאנרא, צוקראכט איז נישט דאס ווארט.
און במילא אויב איינער וועט וועלן נוצן יאהו אדער גוגל (למשל) וועט ער מוזן טוישן צו די נייע שנעלע ספיד, און אויטאמאטיש וועט יעדע סייט וואס צאלט נישט קיין גרויס געלט פאר ווערייזאן און די אנדערע קאמפעניס ארויספאלן, אזוי אויך וועט ווערייזאן קענען ארויסווארפן הונדערטער סייטס אויב איינער וועט זיי צאלן גרויס געלט, זיי וועלן אייביג קענען טרעפן א תירוץ פארוואס זיי האבן עס געטון.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2007 02:54 |
|
| |
דעם אמת געזאגט האב איך לכתחילה געהאלטן אז מ'טרייבט איבער דעם געפאר, פאקטיש איז היינט דייעל-אפ אויך נישט קיין קאטאסטראפע... און אז יענע קאמפאני'ס וועלן זיין אביסל שנעלער וועט עס נאכנישט געבן קאנטראל פאר ווערייזאן אד"ג.
אבער היינט האב איך געזען אין די אידישע וועלט א נייעס אז מ'רעדט פון 100 מעגעבייט פער סעקונדע! וואס מיינט קנאפע טויזנט מאל שנעלער ווי די היינטיגע "שנעלע" DSL! אזא שטארקע חילוק קען שוין באמת פאראורזאכן אז מען וועט עווענטועל ווערן אנגעוויזן אין די אויסטערליש שנעלערע אינטערנעט, וואס וועט ווירקליך איבערגעבן קאנטראל אין די הענט פון די גרויסע קאמפאני'ס, און וועט אומקערן אמעריקע - און אויך אונז זעלבסט - צו די צייטן וואס יעדעס ווארט איז געווארן קאנטראלירט דורך די מאגאל מידיא מעצענאטן.
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
|
|
|
|
|