| נשלח ב-8/5/2007 04:52 |
|
| |
באגעגניש צווישן קלויזענבורגער און מהר"א מסאטמאר
נעכטן ל"ג בעומר נאכמיטאג איז פארגעקומען א באגעגעניש צווישן דער קלויזענבורגער און מהר"א מסאטמאר.
עס איז פארגעקומען ביים הכנסת ספר תורה פון הרב גאלדבערגער רב פון בוקאווסק אין בארא פארק (אויף 59'טע סט.) (איידעם פון ר' שלמה באבובער זצ"ל), ווי אלע רבנים פון שטאט האבן זיך באטייליגט ביי די מעמד כתיבת ספר תורה, ובתוכם די קלויזענבורגער און רבי אהרן, ווי זיי האבן זיך צוזאמגעטראפן און געגעבן די הענט איינער פארן צווייטען, און געפרעגט איינער פונעם אנדערען וואס מען מאכט, און צום סוף ווען דער קלויזענבורגער האט פארלאזט די פלאץ האט ר' אהרן זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און נאכאמאל געגעבן די האנט פארן קלויזענבורגער, צוזאגענדיג "מיר זאלן זיך נאך טרעפן אויף שמחות אי"ה", און זיי האבן זיך געזעגענט.
[קרעדיט: בחדרי חרדים]
_________________
הכל שריר וקיים
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 18:21 |
|
| |
דארט הער איך האט זיך האדמו"ר מהרז"ל געטראפן מיט א חבר הכנסת לייזערזאן, און אים געגעבן די האנט.
אפשר קענסטו שאפן א בילד.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 22:01 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס מעמאכט אזא עסק פין דעם אז ר אהרן האט זעך געטראפן מיטן קלויזנבורגער רבי, איז וואס? אסאך רביס טרעפן זיך מיט קלויזנבורגער רבי, אבער איר קענט זיכער אז סאטמארער רבי שליט"א וועט עם נישט געבן די האנט, פין דעם אליין זעט מען ווער סאיז סאטמארער רבי אין ווער סשפילט נאר רבי. ר אהרן איז א רבי אין ער האט חסידים אבער ער איז נישט סאטמארער רבי, א סאטמארער רבי וואלט נישט גיגעבן די האנט פאר א קלויזנבורגער רבי.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 22:23 |
|
| |
שחמט, סתם שטותים
מהרז"ל האט זיך שויך אויך געטראפען מיט איהם געגעבען די האנט און געטאנצען און איין רינג
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 22:34 |
|
| |
Oy!!! Azelche meshiguim
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 23:12 |
|
| |
דער דברי יואל האט קיינמאל נישט געהאט עפעס ספעציעל קעגן קלויזענבורגער אין עניני יהדות מער ווי סיי וועלעכע אגודיסטישע רב, מ'האט קיינמאל נישט ארויפגעלייגט קיין ספעציעלע איסור אויף קלויזענבורג, אזוי ווי למשל בעלזא אדער בני יואל, די גאנצע מחלוקה מיט קלויזענבורג איז נאר געווען איבער די פערעזענליכע כבוד פונעם דברי יואל ווייל דער קלויזענבורגער ז"ל האט גערעדט מיט א ביטול און עזות אויפן דברי יואל, און דער רבי האט געזוכט צו פארמיידן זיך צו טרעפן מיט איהם, וואס בשעתו איז דאס געווען גענוג א סיבה נישט צו שטיין מיט זיי, פשוט אלס כבוד רבינו, אבער היינט ווען מ'רעדט פון זייערע קינדער, וואס זיי זענען הכנעה'דיגע מענטשן, איז נישטא קיין שום סיבה זיך צו קריגן מיט זיי, נאכאלעם זענען זיי משפחה זיי שטאמען פון ייטב לב און דברי חיים, זיי זענען די טיפ אידן ווי סאטמאר, איך זאג נישט מ'זאל זיך קושן און האלדזן מיט זיי, זיי זענען פארט נישט איינשטומיג מיטן שיטת ויואל משה, אבער ע"פ הלכה איז נישטא קיין שום איסור צו זיין בשלום מיט זיי, עכ"פ זיי זענען נישט ערגער ווי גור אין וויזניץ. ווידער בני יואל האט דער ברך משה און דער מנחת יצחק ארויפגעלייגט א קלארע איסור אויף זיי, פונקט ווי אין די צייטן פונעם עצי חיים האט מען ארויפגלייגט אן איסור אויף די ספרדישע שוהל אין סיגעט, די בני יואל פון היינט זענען די זעלבע בני יואל ווי אמאל, זיי זענען ווייטער עומד במרדם, זיי האבן קיינמאל נישט חוזר געווען מדרכם הרעה, א איד וואס איז סר למשמעותו פונעם ברך משה - און רז"ל ט"ב וואס איז זיכער מחויב צו ציית זיין לאביו - איז אסור לכל הדעות זיי צו שטיצן אדער זיך אנשליסן מיט זיי. נישט נאר וואס זלמן לייב שטיצט זיי, נאר דער בריח התיכון פון די גאנצע זאלי קאמפאני זענען די אידן וואס זיין טאטע האט גע'אסר'ט. פאר א קינד אדער תלמיד פונעם ברך משה איז נישטא קיין שום היתר בעולם צו געבן די האנט פאר א בני יואל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 23:50 |
|
| |
קושקע 100% גערעכט
אבער נישט געזארגט שחמט וועט שוין טרעפען 1000 תירוצים פאר וואס מען מעג יא
אבער איין זאך איז זיכער אז איינער וואס דארף זיך פארלאזען אויף שחמט'ס תירוצים קען זיכער נישט זיין סאטמאר רבי....
אבער איין זאך פארשטיי איך נישט דעם שחמט וואס איז שייך זיך מפלפל צי זיין אויף א פאקט?
האסט שוין געהערט למשל ווי איינער זאגט פאר איינעם וואס האט א שיינע קאר, ווער עס האט נישט הינדערט טויזענט דולר אין באנק קען נישט האבן אזא קאר, איי איך האב יא אזא קאר, אבער די קענסט נישט, אזא פנים טראגט דער שחמט וכל שום וחניכה דאית לי', ער שטעלט אראפ גדרים אז ווער עס טוט אזוי אין אזוי קען נישט זיין סאטמאר רבי ווי גלייך דאס איז אפילו א אישו.
נאר וואס דען די זאליס גייען אום מיט א גרויסן קאמפלעקס, זיי ווייסן זייער גוט אז אין די חרדישע וועלט איז ר' אהרן אנגענומען אלס דער אבד"ק סאטמאר שליט"א, אין מהרז"ל איז נאר סתם אזוי א פאפוט א פורים רבי וואס זיצט (דערווייל וד"ל) אין געגאנבעטע נכסים, וואס יעדער ווייסט אז דאס טוט אים נאכנישט מאכן אלס אוטוימאטיש סאטמאר רבי, במילא פראבירן די שוטים ביי יעדע גילעגענהייט ארויף צי ברענגען דעם ענין ווער עס איז ראוי צי זיין סאטמאר רבי, זיי ווילן נישט וויסן אז די וועלט האט שוין אפגעמאכט, נעמליך דער וואס האט געהאראוועט אלע זיינע יארן פון קינדווייז אויס על התורה ועל העבודה.
אלזא זאליס טרעפטס עפעס בעסערע טאפיקס פון וואס צי רעדן, ווייל די טאפיק מאכט ענק נאך מער צי שאנד אין צי שפאט, וואס עטץ זענטס שוין אזוי אויך גענוג....
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 10/05/2007 7:20:36
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2007 00:09 |
|
| |
העטעךפעטעך די שרייבסט אזויפיל שטותים, קלויזנבורג איז א מסכת פאר זיך, דער בעל ויואל משה זצ"ל האט זיך גיטראפן מיט יעדן, מיט בלז, וויזניץ, גער, ליבאוויטש, חברי הכנסת, ציוניסטישע צייטונג שרייבער, סתם ציונים מיט יעדן האט ער זיך געטראפן אין גיגעבן די האנט, נאר נישט מיט קלויזנבורג, יעצט גיין אין געבן די האנט פאר דיין רביס שונא איז א חוצפה אין עזות, א בועט ברבו אופן גרעסטן פארנעם, האטוויער שרייבט אז מיין רבי האט עם געגעבן די האנט אין געטאנצן אין איין רינג, טאנצן אין איין רינג אפשר יא, וואס זאל ער טין ארויס לויפן, אבער איך בין זיכער אז ער איז נישט ציגעגאנגן צי עם געבן די האנט, אפשר אויב יענער שטרעקט אוס די האנט האט ער ציריק געגעבן נאר דער קלויזנבורגער האט זיכער נישט קודם אוסגעשרעקט ן די האנט פאר מיין רבי וועגן דעם האלט איך אז דע גאנצע מעשה איז שקר גמור ער האט עם קיינמאל נישט גיגעבן די האנט,
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2007 00:22 |
|
| |
שחמט די ענטפערסט אינגאנצן שלא ממין הטענה איך האב ארויסגעברענגט גאר א צווייטע נקודה....
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2007 00:24 |
|
| |
קישקע האק נישט א טשייניק מיט בני יואל, דער רבי ז"ל האט נישט גיאסערט די מענטשן פין בני יואל זיי זענען אלע ערליכע מענטשן רבי משה ארי' זצ"ל האט זיי כסדר אופגענימען, וואס זיי האבן גיאסערט איז נאר דעם מוסד אין טאקע וועגן דעם האט רבינו שליט"א גיעפענט נייע מוסדות אין האט נישט א שייכעס מיט מוסדות בני יואל, אבער מיט די מענטשן מעג מען האבן א שייכעס, לאמיר הערן קישקע מעג מען זיך איבער בעטן מיט בלז, וואס דער רבי ז"ל האט מפורש יא ארויס געגעבן א איסור אויף זיי, מעג מען זיי געבן די האנט, איך ווייס אז די ארונים חלעשן צו מאכן שלום מיט זיי אין ר אהרן וועט זיכער מאכן שלום מיט זיי כאטשיג זיין טאטע האט עם גיאסערט אין ער האט קיינמאל נישט ציריק געצויגן פון זיינע מעשים אקעגן די עדה,
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2007 00:47 |
|
| |
שחמט פרעגט "וואס זאל ער טין ארויס לויפן", פארוואס נישט? אין סיטי האל איז ער נישט אוועק געלאפן?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2007 00:50 |
|
| |
שחמט ליין איבער מיין תגובה אין מאך דיך נישט אזויפיל נעריש
עס האט נישט קיין פשט מאכסט חוזק פון דיר אליין
אין פון דיין רבי
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 10/05/2007 7:21:38
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2007 01:10 |
|
| |
העטעךפעטעך קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים די קענסט נאר שרייבן פורים רבי אין די מיינסט אז מיט דעם גיווינסטו, למעשה די מאכסט חוזק פין דיר די האסט נישט וואס צי ענפערן, די שרייבסט אזויפיל שטותים פין א קאר פין 100 טויזענט דאלאר וואס איך פארשטיי נישט קאן ווארט, יעדער לאכט פין דיינע שטותים, למעשה פארשטייט יעדער דעם חיליק פין קלויזענבורג אין אלע אנדערע רביס, אין יעדער פארשטייט אז א אמתדיגער סאטמארער רבי קען נישט געבן דע האנט פאר א קלויזנבורגער רבי סאיז זייער פשוט, מע דארף נישט מאכן קיין פשעטיל, כל המשנה ידו על התחתונה מיין רבי רבי איז נישט משנה גארנישט פין דרך פין רבינו בעל ויואל משה זצ"ל דיין רבי איז דער וואס איז משנה מיט אלעם, אין יעצט שרייב ווייטער פורים רבי.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2007 20:31 |
|
| |
פאטאקי שרייבט:
יונעס ארגינעלער
ווואס געט עטץ דעם אויסשווארץ ווייטער צו מבזה זיין רבינו זי"ע בעל דברי יואל ובעל ויואל משה און רבינו זי"ע בעל ברך משה?
לאזט אים אפ און ענטפערט אים נישט...
פאטאקי האסט פארגעסן צו טוישן צו שחמט... אוי... לאמיר מאכן א שווייג.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2007 20:34 |
|
| |
שחמט...
אלזא, דער זון פונעם קלויזנבורגער איז ערגער פון א חבר הכנסת אליינס.
אלזא, נאך א זאך.
אויב רבי משה אריה פריינד גייט צו די לויה פון קלויזנבורגער... איז עס העכערע זאכן... און מ'טאר נישט פרעגן...
געב מיר נאך אביסל צו לאכן...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2007 22:23 |
|
| |
ארגינעלער, יא, אזוי האט געפאסקעט דער בעל ברך משה ביי די לוי פין קירלהאזער רב, די קענסט זיין מחולק מיט עם אבער דאס איז דער פאקט.
|
|
|
|
|