הדלקה בילדער (נישט אנגעפירקלט)
שוין לאנג וואס עס ברענט אין מיר קעגן די מדה רעה פון מענטשן אנצופירקלען די בילדער וואס זיי לייגן ארויף אויף היידפארק. די פאקט איז אז היידפארק ווערן געזען נאר דורך אפאר הונדערט מענטשן מאקסימום, בשעת די אלוועטליכע צייטונגען ווערן געזען דורך צענדליגער טויזנטער מענטשן. מיט'ן אנפירקלען די פיקטשערס מאכן די מענטשן נאר זיכער אז זייער ווייניג מענטשן זאלן עס זען.
וועגן דעם פיר איך זיך אז ווען איך כאפ גוטע בילדער לייג איך עס ארויף ווי עס שטייט און גייט, כדי אז אנדערע צייטונגען, מאגאזינען און פארומס זאלן דווקא יא גנב'ענען די בילדער און נאך צענדליגער טויזנטער מענטשן איבער די וועלט זאלן הנאה האבן. אלזא, דא וועל איך אריינלייגן בילדער פון די הדלקה וואס יעדער איז ערלויבט צו גנב'ענען.
וממני ילמדו וכן יעשו.
און צו די וואס לייגן ארויף די אנגעפירקלטע בילדער: זייטס נישט קיין בהמות. חוץ דער בלאט איז קיין שום צייטונג נישט אינטערסירט צו צאלן געלט פאר קיין בילדער פון סאטמארע מסיבות. אלזא, קיין געלט קענט איר נישט מאכן. בסך הכל וואס איר טוט אויף מיטן טשעפענען אייערע בילדער איז אז מענטשן איבער דער וועלט זאלן נישט זען די גוטע בילדער, וד"ל.
מיט'ן רשות פונעם מנהל האב איך געלאזט די בילדער גרויס, כדי צו "מאכן א פּוינט" און צו ערמעגליכן פאר יעדן איינעם אראפצונעמען די בילדער.
תוקן על ידי פיקטשערס ב- 09/05/2007 1:23:25
 |
|
|