מ. דייטש ביי בעלזער שלש סעודות
מיט גרויס פרייד האבן די אפטריניגע ארונים אויפגענומען אז זייער בית יעקב גרעזשואיט מאכט גרויס פארשריט מיטן כשרן איר בעלזער שוואגער ביי די ארונים, וואס רופן זיך אין די וועלט מיטן הייליגן נאמען "סאטמאר".
די לעצטע נייעס אין דורכברעכן דעם חומה בצורה אשר גבלו ראשונים כמלאכים איז געווען פאריגע וואך ווען אסאך ארונים זענען געפארן אויף מירון, וואס איז אגב אויך א HOLY MISSION פון דעם מאנראער צו מאכן פון מירון א פרישע געטשקע אין די לעצטע פאר יאר, און אזוי חרוב צו מאכן נאך א גבול וואס איז געווען אלע יארן פון נישט פארן אויף אר"י סתם אזוי, און מ. דייטש איז געווען אין ירושלים אויף שבת, האט ער פארשטייט זיך נישט געטראפן קיין איין איינציגן ערליכן יוד אין גאנץ ירושלים.
ער איז אהינגעגאנגען זיך 'ווייקן' ביי די ש"ס מיט נאך אפאר ארוני פרענדס, און מהאט אים דארט פארשטייט זיך אויפגענומען בכבוד גדול, אלס איינער וואס האט א היפשע חלק אין די מערכה פון דעם מאנראער מיט וו. משכיל אונטערצוברענגען די מלחמת קודש וואס ערליכע אידן האבן געהאט מיט אלע מתחברים לרשעים למיניהם.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 15/05/2007 20:46:29
תוקן על ידי שושנת_יעקב ב- 16/05/2007 21:35:00
 |
|
|