די בלוטיגע רציחה וואס ווערט אפגעטאן קעגן כ"ק אדמו"ר מבית שמואל דספינקא, הזקוק לרחמי שמים מרובים, ולרפואה שלימה במהרה, שרייט טאקע ביזן הימל, אבער אין די אויערן פון דעם אינגערן ברידער וואס וואוינט אויף קיעפ סטריט גייט דאס נישט אריין.
ווי לאזט זיך פארשטיין, דער עלטעסטער ברידער ליגט על ערש דוי, מיט א בלוט דרוק פון די גאר נידעריגע ציפערן און דא שטייט דער יונגערער ברידער און פייניגט אים אויס וואך איין וואך אויס, און יעדער איז שטיל.
ווי לאזט פארשטיין. די חשוב'ע רביצין פון ספינקא רבי'ן איז רח"ל טראגיש אוועקגעריסן געווארן אין א שרעקליכן עקסידענט נאכנישט קיין יאר צוריק. קומט דא דער יונגערע ברידער און פייניגט איר אויס בעלמא דקשוט - מיט'ן משנה זיין ביי איר קבר, קעגן דעם רצון פון די משפחה, קעגן דעם רצון פונען קראנקען מאן, כ"ק אדמו"ר מבית שמואל שליט"א, און קעגן די מסורה לבית ספינקא, וויל דער יונגערער בלוט דורשטיגער ברידער ווייזן בעלות און טוישן דעם בלעך, קעגן צוואת רבי יהודה החסיד.
וויפיל איז דער שיעור פון רציחה ?
וויפיל איז דער שיעור פון פארגיסן דאס בלוט פון דיין עלטערן קראנקען ברידער?
אויף וועמען ווילסטו איצט ווייזן בעלות און שררה?
וואס ווילסטו פון די נשמה פון דיין שוועגערין ז"ל?
לאז איר רוען במנוחה נכונה!
לאז אפ איר מצבה ! לאז אפ איר רוה ארט.
לאז אפ דיין עלטערען ברידער, וועלכער איז רח"ל שטארק נישט געזונט און די ווייסט דאס !
יונגערע ספינקא רבי פון קיעפ סטריט:
ביטע הער אויף מיט דיינע שיקאנירונגען ווייל מיר וועלן אויפשאקלען די גאנצע וועלט פון די מעשה רשע וואס איר טוט אפ.
_________________
תוקן על ידי - גוטזאגער - 20/05/2007 22:21:26