איך האלט אז בוש גייט אים מוזן פארדאנען, ווייל ער גייט נאך אויף עפעס א וועג מוזן - לכאורה - פטור ווערן פון אלבערטא גאנזאלעז אין די קומענדיגע פאר חדשים, און ער וועט מוזן ווייזן אז ער לאזט נישט אלע זיינע פריינט אויפן וואסער.
די הויפט שאלה איז ווען דאס וועט פאסירן, ווייל אויב טוט ער עס בעפאר די וואלן קען עס ערנסט שעדיגן די ביסל פארבליבענע שאנסן פון די רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאטן, יהי' מי שיהי'. און ס'איז נאך דא קנאפע אנדערטהאלבן יאר ביז די וואלן, וואס וועט לאזן ליבי אין תפיסה פאר אביסעלע צו לאנג.
אויסער אויב ער וועט טרעפן עפעס א טריק צו האלטן ליבי אינדרויסן פאר נאך א יאר.
תוקן על ידי - אפשר_דאך - 08/06/2007 22:09:07
_________________
|
|