בית פורומים כל העולם כולו

מעג מען שוין פלוצלונג אדווערטייזן אין "המודיע"?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/6/2007 16:21 לינק ישיר 
מעג מען שוין פלוצלונג אדווערטייזן אין "המודיע"?
מצורף קובץ

די לעצטע שטיק צייט האבן די רשעים/משוגעים פון די זאליס/בני יואל, וועלכע מוטשען זיך שוין נעבעך באלד דרייסיג יאר איבערצוצייגן דעם סאטמארן ציבור אז אונזערע רבי'ס - צוערשט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און היינט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - ווילן אראפפירן פון וועג חלילה די סאטמארע חסידים, וואס לכבוד דעם האבן זיי יעדע שטיק צייט אפירגעזוכט א פרישע "עבירה" וואס אונזערע רבי'ס האבן כלומר'שט געטון און ווען די "עבירה" האט געקראכט האבן זיי כסדר געטראפן פרישע "עבירות".


אצינד האט ווייזט אויס שוין געקראכט דער באלון פון אלע "עבירות" וואס מ'האט "געטראפן" קעגן סאטמאר, האט זיך דער איד גענומען צו א נייע מערכה: היתכן מען אדווערטייזט אין ציוני'סטישע צייטונגען זאכן וואס פעלן זיך אויס צו אדווערטייזן דארט - מאיזה סיבה שיהי'.


מכלומר'שט איז דער קאמפיין אנגעגאנגען דורך "בריוו צו די רעדאקציע", און דער בלאט האט אין זייערע "בריוו צו די רעדאקציע" געענטפערט מיט זייערע ראיות פון אלטע זאכן וואס מ'האט אדווערטייזט אין אזוינע צייטונגען, וחוזר חלילה געקייט וואסער און געמאלן שטרוי.


ווי ערשטוינט בין איך געווארן ווען עמיצער האט מיר אריינגעשיקט נישט ווייניגער נישט מער, אן אדווערטייזמענט וואס "התאחדות הרבנים" האט אריינגעשטעלט די פארגאנגענע וואך אין די טריפה'נע ציוני'סטישע "המודיע"!!!


רחמנא ליצלן!


האט איצא גליק נאכנישט געהערט פון דעם נייעם איסור וואס די רשעים/משוגעים האבן ארויסגעגעבן, איבער אדווערטייזן אין אזוינע פלעצער? ליינט ער דען נישט "דער איד", דער פאן טרעגער פון רשעות און טיפשות אין היינטיגן דור?


אדער וועט עמיצער חלילה זאגן אז וויבאלד ס'האט אויסגעפעלט פאר התאחדות'ס ביזנעס מתיר צו זיין פאר אידן לכתחילה צו עסן ווערים, במילא מעג מען עס שוין אויך אדווערטייזן אין "המודיע" וועגן אין איסור חל על איסור [היתר...]?





_________________

If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!

תוקן על ידי - געגאנגען - 22/06/2007 16:42:48



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2007 17:35 לינק ישיר 

זייט ווען איז זילותא דאיצא גליק א זילותא דרבנן ? בכלל זייט איצא גליק מיט די זאליס האבן זיך משתלט געווען אויף ''התאחדות הרבנים'' איז עס נישט מער ווי א כלי משחק אין די הענט פון פשוט'ע שרלטנים .




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2007 22:31 לינק ישיר 

יענקעלע איך מיין אז סאיז ענדערש "רבנן דזלותא"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2007 02:13 לינק ישיר 

התאחדות האט אן אחריות מפרסם צו זיין איבעראל ווי עסן וואס האט זייער הכשר ווערט פארקויפט, ווען עס איז דא א טויש בנוגע דעם הכשר.

דאס דא איז א כשרות אלערט פון התאחדות נישט קיין אדווערטייזמענט.

די מערכה איז געווען קעגן אדווערטייזען אין די טריפה'נע ציוני'סטישע צייטוגען.

די צוויי זענען נישט קיין פארגלייך.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2007 02:41 לינק ישיר 

א כשרות אלערט אז ממעג עסן די ווערעמדיגע סטראובעריס... איך הער.
מילא ווען ער אדווערטייזט אז מטאר נישט עסן איז עס א כשרות אלערט, אדווערטייזן אז ממעג יא עסן איז א רעגולער ביזנעס אדווערטייזמענט, פונקט ווי די ביקור חולים פארטי פון די רעבעצען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעג מען שוין פלוצלונג אדווערטייזן אין "המודיע"?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext