"אידישע וועלט" א פראכט פון א זאך
"אידישע וועלט" איז געבויעט געווארן מיט שווייס, מיט טייערע צייט פון גרויסע מומחים, מ'האט אינוועסטירט גאנצערטע וואכן, אז ס'זאל ארויסקומען א דבר נאה וחסידה.
דער ציל פון "אידישע וועלט" איז מער פאר אנציקלעפידיע, און וועגן דעם בין איך, פלענער בשר ודגים, נישט געווען אנטציגט דערפון, איך ווייס שוין כמעט אלעס..
אבער דאס וואס זיי האבן אין די לעצטע חודש, און און די לעצטערע וואכן דארט אויפגעשטעלט, איז א געשמאק צו ליינען.
איר האט די נייעס, בילד פון טאג, און א רייכע היסטאריע אויפן טאג "היינט אין די היסטוריע", א נחת צו קוקן דערויף.
כאפט א בליק, צופרידענהייט גאראנטירט.
צו שמועסן און פארברענגן וועלן מיר ווייטער זיין דא, אין "כל העולם כולו", דארט איז נישט קיין שמועס פלאץ, איך ווייס נישט פארוואס, ס'עפענט זיך דארט אלעס אסאך שנעלער ווי דא. שוין, איז מען מקבל די גזירות הגלות באהבה.
איך וויל מיך באדאנקן פאר די הנהלה דארט, און דאהי, פארן צושטעלן פאר אנשי שלומינו א פלאץ ווי מ'קען זיצן און הנאה האבן.
www.yiddishworld.com/wiki/index.php
תוקן על ידי צודערזאך ב- 03/07/2007 21:54:19
|
|