בית פורומים כל העולם כולו

וואלמארט גייט פארקויפן ספרים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2007 06:43 לינק ישיר 
וואלמארט גייט פארקויפן ספרים

יעצט געהערט אז וואלמארט אין מאנטיסעלא גייט פארקויפן אויך ספרים שפאט ביליג.

עס איז באקאנט די מעשה וואס רבי חיים מענדל ע"ה פלעגט זאגן . אז מעסיס סופער סטאר האט אדוועטייזט אז ווער עס וועט געפינען איינס זאך אין די וועלט וואס זיי האבען נישט צו פארקויפן. וועט באקומען טויזענט דאללער. איז א יוד אריבערגעגאנגן צו מעיסיס און געזאגט. אז זיי האבען דאך נישט קיין הושענות ?   האט זיי דער איד מסביר געווען אז אין די יודישע גאסען. איז פול חוה"מ מען פארקויפט הושענות.

האט מען עהם געגעבען טויזענט דאללער. און זיי האבען געקויפט טאקע ביי עהם הושענות. און זיי האבען עהם גוט באצאלט פאר די הושענות.
דער יוד שלנו האט  נאך הושענא רבא  צוזאמעגעקליבן די אפגעשמיסענע הושענות און צוריק געטראגן פאר מעיסיס . ווייל עס איז דא פאליסי אז ביז דרייסיג טעג באקומט מען צוריק דאס געלט. און זיי האבען עהם צוריקגעגעבן דאס געלט

עכ"פ דריי מאל האט ער אויסגעשפיעלט מעיסיס . איינמאל ער האט באקומען טויזענט דאללער.
 צוויי ער האט פארדינט פון זיי פאראקויפן הושענות  
דריי ער האט צוריקגעטראגן די אפגעשמיסענע הושענות

וואלמארט האט זיך אפגערעדט אז אונזער עולם אין די מאונטענס קויפט אלעס צוזאמען זומער און נאכדעם ברענגן זיי צוריק אלע זאכען . אנגעהויבן פון אירקאנדישאנס . אויסגעלאזט ביי ועקיום קלינערס. און זיי באקומען צוריק דאס געלט

אזא פנים וועלן זיי האבען מיט די ספרים . נאך זומער וועט מען זיי צוריקברענגן אלע ספרים . און זיי וועלען מוזען צוריקגעבען דאס געלט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואלמארט גייט פארקויפן ספרים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext