בית פורומים כל העולם כולו

הרב דומה למלאך ה' צבאות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/7/2007 09:47 לינק ישיר 
הרב דומה למלאך ה' צבאות


א פאר שטריכן פונעם שבת מיט הגאון ר' געצל דער קרית יואל'ער דיין שליט"א 

א גהויבענע שבת האבען די סאטמארער חסידים אין ירושלים געהאט מיט הגאון הגדול ר' געצל בערקאוויטש שליט"א דער קרית יואל'ער דיין, וואס איז נאך נתמנה געווארען דארך רבינו הקוה"ט הדברי יואל זי"ע אליינס.

דער חשובער דיין שליט"א האט געדאווענט אלע תפילות אין ביהמ"ד ברך משה דסאטמאר ברחוב יונה, ווי ער איז צוגעגאנגען צום עמוד ביי מנחה עש"ק אין שחרית, מיט א גרויס התעוררות.
 
שבת נאכמיטאג האט דער דיין שליט"א געהאלטען א דרשה (פרקי אבות) במעמד פון הונדערטער אידען, חסידי סאטמאר, אין אויך אסאך ירושלימ'ער אידען וואס זענען גקומען הערן דעם גרויסען גאון און צדיק דער געליבטער תלמיד מובהק פון רביה"ק הדברי יואל זי"ע. אלע האבען געשלינגען מיט דארשט די טייערע פערל רייד.

ביים סוף פון די דרשה האט דער דיין שליט"א מסביר גוועהן דעם כח פון רבינו הקוה"ט הדברי יואל זי"ע וואס אויף אים איז געזאגט גווארען וואס חז"ל זאגען אם הרב דומה למלאך ה' צבאות יבקשו תורה מפיהו, דער דיין שליט"א האט מסביר גוועהן בטוב טעם ודעת, וואס פונקטליך עס באדייטן די ווערטער, די טיפע בחינה וואס ליגט אין דעם.

מיט גרויס התרגשות האט דער דיין שליט"א אויסגעפירט, ב"ה לא אלמן ישראל, אויך היינטיגע צייטן האבען מיר דעם הרב הדומה למלאך ה' צבאות, דער רבי שליט"א, וואס ביי אים זעהט מען אויך די גרויסע בחינה אין די געוואלדיגע הנהגה אזוי ווי ביים רבי'ן דעם דברי יואל זי"ע, אין דערפאר טאקע איז יבקשו תורה מפיהו עד ביאת הגואל. די דברים היוצאים מן הלב זענען גוועהן נכנסים אל הלב, אין האבען געמאכט א מורא'דיגן רושם דקדושה עד אין לשער ולתאר.

(אראפגייענדיג פונעם בימה, האט דער דיין שליט"א אזאג גטיען פאר הרה"ח ר' אנשיל שווארץ שליט"א: נו, דער רבי קומט דאך נאך אביסל קיין ירושלים, דארפען דאך די ירושלימ'ער יודען וויסען ווער דער רבי איז ... )

נאכדעם ביי שלש סעודות, האט דער דיין שליט"א ווייטער גפראוועט מיט א מורא'דיגן געהויבענקייט. ה' מלך וכו', אין די דברי התעוררות ביי די דברי תורה.

זיין באזוך האט געגעבען א געוואלדיגען חיזוק פאר חסידי סאטמאר אין ירושלים






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/7/2007 17:20 לינק ישיר 

ביי די שבע ברכות לכבוד'ן דיין אין בני ברק (פאריגע וואך אין בלאט).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הרב דומה למלאך ה' צבאות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext