א גערער כאפט פעטש: אין כנסת...
שוין לאנג נישט געהערט אזא זאך אז א גערער זאל כאפן פעטש...
דער גערער חבר הכנסת יענקל כהן האט היינט דערלעבט פערזענליך מיטצוהאלטן א פרישע שטופע פון נידריגקייט וואו דער "אור לגויים" מדינת ישראל האט זיך דערקייקלט. אין ברען פון א ויכוח מיט אמנון דה הרטוך, א לויער וואס ארבעט אין משרד המשפטים און איז היינט צו טאג דער גרעסטער פיינט פון די חרדים אין כנסת (אקעי, נישט אלע, יענקל ליצמאן איז נאך פון זיינע בעסט פרענדס), האט כהן אים געזאגט אז ער איז ערגער ווי די נאציס, ווייל זיי האבן נאר פארברענט דעם גוף און ער וויל פארברענען די נשמה דורך אפשפארן אלע ישיבות און כוללים.
די רעאקציע האט נישט געשפעטיגט, כהן האט מיטאמאל דערזען שטערנ'ס... דה הרטוך האט אים אראפגעלאזט א קלינגעדיגען פראסק דארט שטייענדיג אין כנסת. כהן איז פארשטייט זיך ממש קראנק געווארן פון דעם פראסק און מ'האט אים געמוזט אריינפירן אין שפיטאל מיט פאראמעדיקס... אבער ווי ס'קוקט אויס האט דה הרטוך זיך געגראבן דעם אייגענעם גרוב און מעגליך אז ער וועט יעצט שוין אינגאנצן פארלירן זיין זשאב אין משרד המשפטים.
אגב, ס'איז די ערשטע מאל זינט כהן איז פאריאר אריין אין כנסת וואס מ'הערט זיין נאמען אין די פרעסע.
זעלבסטפארשטענדליך אז די אלגעמיינע פרעסע פרובירט עס צו פארווישן ווי ווייט מעגליך, נאך אלעם איז עס אן אומשולדיגער חרדי קעגן א צעווילדעוועטען פרייער, און נישט סתם א פרייער נאר איינער וואס ארבעט קעגן די חרדים מיט אלע כוחות.
אפשר יעצט וועלן זיי אביסל אנערקענען אין פנים אריין וויאזוי מ'קען שפייען אויף א חבר הכנסת וויבאלד ער איז א חרדי, און איינזען וואו זיי האבן פארבלאנזשעט.
 |
|
|