בית פורומים כל העולם כולו

באמבע: תולדות אהרן רבי גייט צום כותל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/7/2007 02:27 לינק ישיר 
באמבע: תולדות אהרן רבי גייט צום כותל!

די קנאים אין ירושלים לאזן נישט נאך זיי גריבלען ארויס ווי מער עבירות קעגן תולדות אהרן רבי, נאכדעם וואס די לעצטע צייט האט ער זיך שווער פארזינדיגט און געטרעטן בשאט ובנפש אויף די שיטה הקדושה, און ער האט זיך מחבר געווען לרשעים און זיי כבוד אפגעגבען.

עס האט זיך אנגעהויבען ווען ביי די הדלקה ל"ג בעומר האט מען אין תולדות אהרן אויסגעריפען צום ערשטן מאל א יישר כוח פאר יוסף שווינגער פון ש"ס פארטיי פון די משרד הדתות פארן צו שטעלען די שטח ל"ג בעומר.

דערנאך ווען די תולדות אהרן רבי האט חתונה געמאכט האט ער געריפען אויף די לעצטע שבע ברכות אין ביהמ"ד תו"א - נאכדעם וואס די אלע זאליס לעפקאוויטש גארדינגער וכו' זענען אהיים געפארן - אלע ציונים פון די ערגסטע סארט, ווי די ערלויער, טאלנער (וואס מאכט יעדן שבת אין זיי ביהמ"ד א מי שברך פאר די צה"ל), ראבינאוויטש רב הכותל (פון די מזרחי), און נאך.

די תולדות אהרן רבי'נס זון מיט ר' אהרן סאמעט פון הנהלת מוסדות תולדות אהרן זענען געגאנגען פאר צוויי חדשים צוריק צו הרב שטיינמאן און אים געבעטן אז ער זאל געבן א בריוו צו ר' שמעון גליק פון מאנסי אז ער זאל געבן געלט פאר תולדות אהרן, למעשה האט הרב שטיינמאן נישט געוואלט געבן א בריוו, אבער נאכן באצאלען גוט פארן גבאי'ן האט דער גבאי געקאלט ר' שמעון גליק בשם הרב שטיינמאן אז ער זאל געבן געלט פאר תולדות אהרן, און ער האט געגבען 100 טויזנט דאלער.

די תו"א רבי האט געהאלטען א חיזוק שמועס אפען טמא'נעם העברעאישן שפראך פאר א קבוצה פון צה"ל זעלנער ביי זיך אין שטוב פרייטאג צונאכטס, ווי ער האט צו זיי גערעדט צו מסירת נפש פון אברהם אבינו וואס האט געטראגען זיין זון יצחק צו די עקידה פארן רבוש"ע.

די תו"א רבי איז געגאנגען צו די שבע ברכות פון דעם ציוני און מזריחיסט דער רב הכותל ראבאנאוויטש וואס איז פארגעקומען אין זיין שטוב לעבן כותל, און דארט האט ער זיך געטראפן און געגבען די האנט פאר אלי ישי - ש"ס, יעקב ליצמאן - אגודה מאיר פרוש - אגודה, און נאך מזרחיסטן, און די צייטונגען האבן געשריבען אז דארטן ביי די שבע ברכות האט מען דן געווען צו מען זאל שטימען פאר שמעון פרס שר"י.

יעצט האבן די קנאים אויפגעדעקט אז נישט אומזינטס איז דער תולדות אהרן רבי געגאנגען צו די שבע ברכות פונעם רב הכותל, נאר וועגן ער האט באקומען א צימער לעבן כותל המערבי ביי די מזרחיסטישע ישיבה, וואס דער רב הכותל האט אים צוגעשטעלט, ווי ער גייט דארט יעדען דארנערשטאג נאכט ווען קיינער זעהט נישט און ער איז מתפלל דארט ביים פענסטער צום כותל המערבי.

די תולדות אהרן ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טאן דערפון ווייל דאס איז א סוף פסוק צו אים ביי די זאליס, וואס זענען יעצט געוואור געווארן דערפון און ברענען געפערליך דעראויף און האבן געמאלדן אז זיי האקן אפ מיט אים.

נחום א. האט געמאכט ריזיגע צעטלען קעגן תולדות אהרן וואס ער האט געוואלט אויפהענגען אין ירושלים די לעצטע מינוט זענען די תולדות אהרן געוואר געווארן דערפון און גע'גנב'ט אלע צעטלען און אים געווארנט מיטן לעבן טאמער ער וועט איין פאשקאוויל הענגען קעגן זיי, און זיי האבן אנגעריפען פון מירון צעטלען אז טאמער זיי וועלן הענגען איין צעטעל קעגן זיי וועלן זיי מתיר זיין קלעצקין.

אויך האט די תולדות אהרן רבי אנגעריפען ר' זלמן אז ער זאל זעהן תיכף ומיד אפצושטעלען נחום א. און י. ווייס פון ארום העצן קעגן אים און קאלן זיינע עשירים אויפהערן געבן געלט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2007 14:44 לינק ישיר 

דער אלטע תולדות אהרן רבי מיינסט מן הסתם אויף רבי אהרל'ע אליין, וואס ער איז טאקע געגאנגען אין כותל, וואס אין יענע צייטן איז דער אלטע סאטמערע רבי (דער דברי יואל זיע"א) איז אויך געגאנגן אין כותל.
זיין איידעם דער תו"א רבי זצ"ל, איז נישט געגאנגנגען אין כותל נאך תשכ"ז קריג, זייענדיג א סאטמארער רב'ס תלמיד. אבער אלע חסידי תולדות אהרן האבן אלע יאהרן טאקע יא געגאנגן אין כותל, אזוי וואו אלע חברי הביד"ץ פון ירושלים (וואו הרב דושינסקיא זצ"ל הרב פישר זצ"ל, און להבחל"ח הרב שטרנבוך שליט"א אאו"ו).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2007 18:05 לינק ישיר 

און נישט מער און נישט וויינגער זיין ברודער דער רבי פון תוא''י וואס הייסט מ'כלומר'שט נישט אזא קנאי ווי ער און הייסט א וויז'ניץ'ער חסיד גייט נישט צום כותל ווייל דער טאטע איז נישט געגאנגען .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2007 18:38 לינק ישיר 

טאלנער (וואס מאכט יעדן שבת אין זיי ביהמ"ד א מי שברך פאר די צה"ל), ראבינאוויטש רב הכותל (פון די מזרחי),

נישט דא ווער זאל לאכען.

פארגעס נישט היינט איז א קליינער וועלט ווי יעדער קען יעדעם, קענסט נישט פארקויפען די באבע מעשיות פון אמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2007 23:20 לינק ישיר 

1) די תולדות אהרן רבי האט די שטוב נעבן כותל אין די מתנחלישע ציוניסטישע ישיבה פון "אש התורה" וואס די רב הכותל ראבינאוויטש וואס איז געווארן א פרעזענליכע ידיד און חסיד פונעם תולדות אהרן רבי האט אים געגעבען.

דארטן בענטש ער אן די מתנחלישע בחורים און ספרדים יעדן ליל שישי.

2) די טאלנער רבי מאכט א מי שברך אין זיין שול פאר די צה"ל, די טענה אז זיין זיידע איז אויך געווען א צוני ענטפערט עס נישט אפ, און ביי אונזערע קרייזן און ביי די קנאים אין זיין זיידע אויך געווען שטארק אפגעפרעגט און מען איז ווייט געשטאנען פון אים.

3) יעצט איז ווייטער לעבעדיג אין תולדות אהרן דאס איז ווייל ער האט יעצט א שידוך געטאן מיט זין זון מיט בולץ וואס די מיידל האט געלערנט אין די ציוניסטישע אגודיסטישע מוסד בית יעקב דגור אין בני ברק, און ווי עס קוקט אויס גייט זי בכלל נישט גיין מיט די לבוש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2007 17:55 לינק ישיר 

וועגן דעם שטוב אין אש התורה ווייס איך נישט, וועגן ווי די כלה האט געלערענט ווייס איך נישט. אבער אין טאלנע ביהמ"ד מאכט מען "נישט" קיין מי שברך פאר צה"ל און די כלה גייט גיין מיטן גאנצען ירושלימער לבוש. לפי דעם ווייס איך שוין די ווארהייט פון דיינע אנדערע ווערטער.

און אין תולדות אהרן איז נישט לעבעדיג, זיי זענען אלע הייסע חסידים, אויב דער טאטע זאל היינט אויפשטיין און זאגן די חסידים צו גיין צום תוא"י וועלן זיי אים נישט פאלגן. נעם דיר אריין אין קאפ די תולדות פאליטיק איז שוין א פארגאנגענהייט, ווער ס'איז געבליבן אין תולדות אהרן האט שוין לאנג געגעבן דעם רבי'ן א בלענק טשעק.



תוקן על ידי ראשבראש ב- 10/08/2007 17:55:26




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2007 19:59 לינק ישיר 

סאטמארער חסידים שטיצן אין גרויסן די הייליגע מוסדות תולדות אהרן, וועלכע גייען בדרך שהורה לנו רבינו הקוה"ט זי"ע.


מילא אז די אהרונים געבן נישט קיין געלט, וועט עס נאכנישט אונטערגיין!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2007 20:07 לינק ישיר 

איך האט געליינט פון חיים שאוזאן אז די ארונים פראבירן יעצט צו באשמוצן תולדות אהרן ווייל זיי שטעלן זיך נישט צו צו די מסע המלכות, ער האט געברענגט פאשקעווילען וואס זענען געווארפען געווארן אין ירושלים קעגן ר' דוד, איך זעה דא אז ער זאגט אמת. פארוואס האסטו זיך פלוצלינג יעצט דערמאנט פון כותל אין די צייט וואס ער גייט שוין צום כותל זייט ער איז רבי. דרך אגב, איך גלייב אז אברהם ברוך גאדינגער מיט אהרן זאב מאליק און די אנדערע סאטמארע שטיצער וועלן אים ווייטער שטיצן, זיי אינטערעסירט נישט זיין גיין צום כותל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2007 00:33 לינק ישיר 

איך הער אז ר' אהרן האט געטראפן ר' אברהם ברוך גאדינגער און דאס אים פארגעהאלטן, האט ר' אברהם ברוך אים געענטפערט אז עס איז שקר, האט ר' אהרן אים געזאגט אז די גאס שמ ועסט אזוי און די גאס זאגט נישט קיין ליגענט, האט ר' אברהם ברוך אים געענטפערט "איר ווילט נישט איך זאך אייך דערציילן אלעס וואס די גאס שמועסט אויף אייך"...

און פארשטייט זיך אז מער האט ער נשיט געהערט פון ר' אהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2007 16:42 לינק ישיר 

ראבינאוויטש איז א ליטוואק און נישט א מזרחי,
אש התורה איז קעגען דעם כותל און נישט ביים כותל, און צוליב דעם וואס עס האט געהערט צו אידן נאך פאר די ציונים האבן איינגענומען דעם שטח איז דאס נישט נכלל אין דעם איסור פון כותל, פארדעם טאקע גייען אסאך "נישט כותל גייערס" אהין (אריינגערעכענט די סאטמארע) צו קענען כאפן א בליק אויפן כותל און מתפלל זיין דארט,  דאס איז נישט קיין שום שטער צו קנאות.

דרך אגב דאס לעצטע מאל וואס ר' אהרן איז געווען אין ארץ ישראל אלס ק"י רב (בערך 4-5 יאר צוריק) האט ער געוואלט אהין גיין אבער צוליב אומריען האבן די פאליציי נישט צוגעלאזט קיין פריוואטע קאר'ס אבער מיט א באס האט ער נישט געוואלט פארן איז ער ארויף אויפן דאך פון ברעסלעווער ביה"ד לעבן שמואל הנביא פון דארט קען מען כאפן א גוטן אין קלארן בליק אויפן כותל, ער האט דארט געריסן קריעה און געזאגט תהלים, (שריי חי וקים - איך בין דארט געווען און געזעהן מיט מיינע אויגן).  




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2007 16:58 לינק ישיר 

מעקען א סאך רעדן, לאמיר זען א בילד ווי דער תולדות אהרן רעבע איז אין כותל ,
קען איינער ברענגען ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2007 19:05 לינק ישיר 

ראש בראש: האדמו"ר מסאטמאר האט געוואלט אהין גיין דריי א קאפ פאר א צווייטן מיט דיינע שטותים.

אש התורה איז איז איז אויף א שטח וואס די ציונים האבן איינגענומען.

יואל10: גיי יעדן ליל ששי צו אש התורה וועסטו טרעפן ר' דוד קאהן.

דוד 46: די קענסט ווייטער שטיצן תולדות אהרן, קענסט פונקט אזוי שטיצן בעלזא וויזניץ וכו'

ער גייט יעדע נאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2007 22:39 לינק ישיר 

עס אזי א שאד צו טענה'ן מיט אקסן, בעת דעם פאריגן ל"ג בעומר האט מען ליידער געזען פילע מאנראויער חסידים ביים כותל. איך פיל נישט פורש בשמם זיין ווייל זיי זענען פריוואטע מענטשן. אבער עס איז א ווייטאג אז אן אייניקל פון איינעם פון די חשוב'ע תלמידים פון רביה"ק זי"ע איז געווען צווישן די וואס זענען געווען ביים כותל. ווען זיין זיידע לעבט ווען וואלט ער דאס זיכער נישט אויסגעהאלטן צו זען ווי דאס אייגן בלוט און פלייש טרעט אזוי אויף די הוראה פון רביה"ק זי"ע. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באמבע: תולדות אהרן רבי גייט צום כותל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext