הארצרייסן: יאקאבאוויטש'ס באקומען לאנגע תפיסה יארן
אין געריכט איז היינט געווען די משפט פון די יאקאבאוויטש ברידער.
אין געריכט זענען געווען אנוועזענד: כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, כ"ק גאב"ד וויען שליט"א, כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א און כ"ק גאב"ד קאשוי שליט"א.
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א הייסע רעדע פאר'ן שופט אפעלירענדיג רחמנות אויף די צובראכענע משפחה - המפורסמים לבעלי צדקה וחסד.
לדאבונינו, האט דער שופט געטיילט פאר'ן עלסטען ברידער ר' משולם נ"י - 15 יאר.
פאר די אנדערע צוויי ברידער, ר' יעקב און ר' אהרן - 10 יאר יעדן איינעם.
|
|