לעלו רעבע דערקלערט עכטע סאטמערע רעבע
היינט, א' ראה תשס"ז, ביים מעכטיגן "לעלו" רייזע פונעם פיקטשער רעבע אין די קעמפס, האט די יוניאן פון די פאליציי, טרופערס, שעריפס, שומרים, הצלה און לעלו אין גרעיטער ניו יארק, איינשטימיג דערקלערט דעם לאקאלן לעלו רעבע אלס די עכטע סאטמארע רעבע.
די פאליציי האט אפגעשפארט צענדליגע ראודס לכבוד דעם לעלו רעבע וואס איז געקומען צו פליען אין א עס יו ווי, מיט 50 שומרים, פייערלשער, הצלה און פיקטשערמאכער, מיט אלערליי בליציגע לעמפעלך, גרינע און בלויע, אז יעדער האט געמוזט מודה זיין פה אחד, אז הוא ואין זולתו איז די עכטע סאטמארערע רעבע, ווייל ער האט אזוי באנטש לעלוס מיט קאלערדיגע לעמפלעך.
אלע יונגלעך און בחורלעך פון די קעמפס, זענען געווען מורא'דיג עקסייטעד פון די לעלוס און פאליס מיט שעריפס, אז זיי האבן געשפירט אז יא, ער איז די עכטע רעבע.
פרטים יבואו
|
|