אהרונישע רשעים גייען אן מיט זייער אלטע טעראר
די חיות וואס רופן זיך אהרונים האלטן אן זייער לאנגיעריגע טראדישאן פון טעראר ווען זיי מיינען אז ס'ארבעט נאך היינט צו טאג.
פאריגע וואך אין די יומא דהילולא קדישא ווען כ"ק מרן אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר שליט"א האט געוואלט ארויפגיין צום בית החיים ליל שישי נאך חצות, נאך די גאר געהויבענע יארצייט סעודה מיט די השתתפות פון אלפים ורבבות סאטמארע חסידים אין קרית יואל, זענען געגאנגען די אהרונישע טעראריסטען וועם סקרענקט אין זיבעטען ריפ אז סשטעלט זיך כסדר און ווידער ארויס אז אפילו די בית החיים געהערט נישט פאר זיי און זיי קענען קיינעם נישט אפהאלטן פון גארנישט טון, און נישט וועלענדיג אז דער רבי שליט"א זאל קענען אריינגיין ווי ספאסט, און נישט האבענדיג קיין אנדערע וועג אים צו סטאפן אפילו די בית החיים באלאנגט כלומפערשט פאר זיי, האבען זיי אריינגעבראכען א שליסעל אין די שליסעל לאך פון די טיר צום בית החיים אזוי אז רבינו שליט"א זאל נישט קענען אריינגיין געהעריג צום ציון הקדוש.
פארשטייט זיך אז די טיר האט נישט לאנג אנגעהאלטען, און די געטרייע חסידים פון מהרז"ל שליט"א האבן ווידער געוויזן אז "מלך פורץ גדר", סאיז פשוט געווען א נחת צו זען ווי די פארצווייפעלטע חיות און טעראריסטען טרייען נאך מיט זייערע לעצטע כוחות צו ווייזען זייערע אמתער פרצוף!
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 12/08/2007 16:45:47
 |
|
|