בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה הרה"ג ר' שמעון ווייס ז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/8/2007 07:21 לינק ישיר 
בד"ה הרה"ג ר' שמעון ווייס ז"ל

היינט איז געקומען די ביטערע ידיעה, אז איינער פון די זקני שרידי תלמידי מרן רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, נאך פון ארשיווע, הרה"ג רבי שמעון ווייס ב"ר קלונימוס איז נפטר געווארן בשיבה טובה, זייענדיג עלטער פון ניינציג יאר.

רבי שמעון זצ"ל איז געווען פון די לייב גווארדיסטן פון מרן רביה"ק נאך אין די ישיבה אין קראלי, און אלע יארן שפעטער איז ער געווען פון די גרעסטע סאלדאטן ביים רבי'ן זי"ע עד יומו האחרון.

ער איז געברעגט געווארן אויפן בית עלמין פון קהל בני יואל דסאטמאר



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 07:25 לינק ישיר 

אזוי ווי די האסט אויפגעמאכט א נייע אשכול וועגן דעם שמעון ווייס, וועל איך נאכאמאל דא ברענגן וואס איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערען אשכול וועגן דעם זעלבן שמעון ווייס

איך האב באקומען אין אימעיל אויף [email protected] א קליפ פונעם ברך משה רבין פון א מיטונג פון סיון נ"ד וזל"ק

 

... ס'איז דא ווידער אלטע וואס זענען אלטע עמלקים וואס זענען ערגער, למשל שמעון ווייס טויזנט מאל ארגער פון גיהנום ארויסקומען ער איז די ערגסטע פון די ערגסטע פון די אלע מוסרים, ער איז א בזוי ומבוזה געווען אין דערהיים וואס איך קען אייך זאגן די גאנצע משפחה זיינע האט ער אומגליקלעך, ווען נישט ער איז געווען קלמן ווייס זון ווייס איך נישט צו דער פעטער וואלט אים גענומען, א טמא ומטומא איז געווען דער, איך קען אייך זאגן ווער עס איז געווען אין סאטמאר דארף דאס צו וויסן און קאנען, דער שמעון ווייס ער איז דער ערגסטער פון אלעם, ער איז דער יסוד היסודות פון די אלע רשעים דארט ער גוט זיי אלע עצות. שוין דאס איז א צווייטע זאך, איז אים מיין איך טאקע איך וויל אים נישט האבן חס וחלילה אז ער זאל וויסן ער קען ליגן ער און זיין ווייב - ער האט דאך נישט ל"ע קיין קינדער - וויל איך זיי נישט האבן ביי אונז און די חלקה, חס ושלום ער איז א טמא ומטומאהניג מ'וועט מטמא זיין דעם גאנצע בית החיים, איך קען אים זייער גוט איך ווייס נישט צו אלע געדענקן וואס איז געווען מיט אים, אבער איך געדענק עס גוט ...

זאל דער קליפ ווייזן דעם אמת'ן פרצוף פון א עזות פנים פארן אייגענעם טאטן, אזא מענטש קען רז"ל גיין מספיד זיין, קען דען א גראדער מענטש דאס פארשטיין?

דא איז די קליפ http://www.mysatmar.com/audio/shimon_weiss.mp3





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2007 14:23 לינק ישיר 

דער היפאקריט איז ירד לדיוטא תחתונה פון אומענטשליכקייט הייתכן דעם וואס האט געוואלט מאכן א מחיצה ביי זיין טאטע'ס ציון גייט ער מספיד זיין לית דין ברנש איז א חשוב'ער מענטש א קעגן אים .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2007 15:16 לינק ישיר 

דאס אז רז"ל איז אים מספיד איז נישט אזא קשיא ווייל ער איז שוין אן אלטער מחוצף אין ע"ה, וואס איז יא שווער, ווי אזוי אזא יוד מחשובי אנ"ש ווי הרה"ח ר' יושע קליין מ' יו"ר ועד להגנת כבוד רבינו איז אים מספיד בפני כל אין נאכדערצו פארנט פונעם גע'אסערטען שוהל אינאיינעם מיט אלע שקצים?








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2007 15:43 לינק ישיר 

(שקל_שלם:)

ר' יודא לייביש ענגעל מאכט קולות אינמיטן לוי'

היינט איז פארגעקומען די לוי' פון ר' שמעון ווייס אין חרדים אין קרית יואל, מהאט געווארט דארט צוויי שעה אויף רז"ל (מסתמא נאך מיד געווען פון די נעכטיגע טשולענט),  ווען ער איז ענדליך אנגעקומען האט מען אים אויסגערופן אלס "כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א", אויף וואס די זאליס דארט האבן זיך געריבן די בייכער אז ער האט די זכי' אז אין דעם מסור זלמן לייב וואלדמאןס שוהל אנערקענט מען שוין "אויך" אז ער איז סאטמארער רבי...

אבער אינמיטן האט זיך אויפגעהויבן א שטורמישער קול מחאה דורך יודא לייביש ענגעל, מיט קולי קולות היתכן מרופט אן רז"ל סאטמארער רבי, ער האט נישט קיין שום רעכט זיך צו רופן סאטמארער רבי, קיינער האט אים נישט אויפגענומען, זיין טאטע איז אויך נאר געווען דער סיגעטער, וכו' וכו' וכו' פון זיינע געשמאקע פערל ווערטער וואס האט אנגעהאלטן איבער דריי מינוט ביז די זאליס דארט האבן באוויזן אים שטיל צו מאכן און באזייטיגן.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 16:55 לינק ישיר 

גאסט,
ביטע פארשעם נישט דיין רבי'ן און נעם אראפ דעם קליפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2007 20:43 לינק ישיר 

נעם עס נישט אראפ!!!

יכול

רזל איז נישט גאסט'סט רבי!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 20:47 לינק ישיר 

שוטים!


די דארפן הייסן חסידים!

דאס זענען ריכטיגע שוטים, און די זאלן טאקע בלייבן ביים מאנראוער רבי'ן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 21:09 לינק ישיר 

פארוואס זענען די זאליס אזוי ווילד געווארן?

איך באקום אין אישי אין אין אימעיל ווילדע מעסעדזשעס איינס נאכן צווייטן פון די זאליס.

ווי עס קוקט מיר אויס האט מען דא געוויזען פארן אקס א רויטע שמאטע!

זעהט אויס אז אויף דעם איז קיין תירוץ שוין נישטא אפילו פאר א זאלי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2007 22:19 לינק ישיר 

ווילד אויף וואס?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 23:19 לינק ישיר 

גאסט ! וואס וואנדערסט דיך אז זיי זענען צוווילדעוועט איך פארשטיי זיי עס איז דא אויף וואס, בכלל די ביסט נישט קיין יחיד יעדער איינער וואס זיי שמעקן אז אפשר איז ער א חסיד פונ'ם סאטמאר'ער רבי באקומט קללות און שימפערייען און אישית .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2007 23:27 לינק ישיר 

די סיבה פארוואס רז"ל האט אריינגעלעקט ביים מספיד זיין שמעון ווייס, און געזאגט די ביליגע חנופה און שקרים אז ער איז געווען א ידיד מיט'ן טאטען אלעמאל איז פאר איין סיבה...

ווייל ער וויל אריינלעקן אין די בני יואל, און אלע זאליס דעם קומענדיגן שבת וואס רז"ל וועט זיין אין קרית יואל.

דער ביליגער חונף איז א פוסטער פאליטיקאנט. ער האט עס געטאן נישט משום כבודו פון ר' שמעון ווייס אדער פון די רביצין ע"ה, אדער פאר די תורה וואס ער האט געלערנט...

רז"ל האט עס געטאן פאר זיך. פאר די באנק אקאונט פון רז"ל. און פאר די שוטים וואס וועלן מיינען אז ער איז טאקע דער גרויסער בעל מדות, וואס איז מכבד יעדן אפילו זיין טאטענס שונאים.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 23:31 לינק ישיר 

פארוואס מעג דער יו"ר ועד להגנת כבוד רבינו (ווער ס'געדענקט נאך ) ר' י. קליין יא מספיד זיין?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2007 23:41 לינק ישיר 

פארוואס ברענען אזוי די אהרונים אז מען איז מרבה בשבחו פון א תלמיד פון רבינו הקוה"ט זי"ע?


אגב, דער נפטר איז געווען אונטערגעשריבן אויף די קאנסוס פון רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצ וק"ל ווי עס ווערט געברענגט פאריגע וואך אין דער איד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 23:45 לינק ישיר 

גאסט איז זיכער א בני יואל,
איך גלייב נישט אז א חסיד זאל אזוי פארשעמן זיין רבין מיט אריינלייגן די ווערטער ווי זיין רבי רעדט אזוי מיעוס אין זיך סותר מני בי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2007 23:49 לינק ישיר 

ס'איז פלעין פאני.

איך שטיי און לאך

די זאליס שרייען איך פארשעם דעם ברך משה. ס'איז נישטא ווער ס'זאל לאכן.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה הרה"ג ר' שמעון ווייס ז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext