לויט איין מקור האט דער קלויזענבארגער רבי שליט''א געפרעגט דעם רבי'ן שליט''א: צי עס איז אמת אז אין ספר הקדוש ויואל משה ווערט גע'פסקנט אז אין יאר תשס''ז מעג מען זיך שוין ווענדען צום ציוניסטישן בג''ץ?
אויך האט ער געפרעגט: וואו מען קען קויפן די ביימעלעך וואס באדעקט ארום און ארום דעם עטרת אברהם זאל אין וויליאמסבורג, ווייל ער פלאנט אויך אהערצושטעלן אזא פריצות'דיגע זאל אין נתניה, און דאס ארומנעמען מיט ביימעלעך.
נשלח ב-20/8/2007 01:53
אין א מער ערנסטן טאן: דער קלויזענבארגער רבי שליט''א האט געצייגט פאר'ן רבי'ן שליט''א א כתר און ציץ לספר תורה פון זקניהם הקדוש בעל ייטב לב מסיגוט זי''ע און א טור מיט געשריבענע הגהות פון הייליגען ישמח משה זי''ע
נשלח ב-20/8/2007 01:56
Bull...
I must tell you, you answered so to the point, it couldn't have be better!
נשלח ב-20/8/2007 02:32
אויך האט דער קלויזענבארגער רבי שליט''א געצייגט פאר'ן רבי'ן שליט''א די ברילן פון הייליגען דברי חיים זי''ע.
רבינו שליט''א האט אויפגעהויבן יעדע חפץ פון די צדיקים און דאס געקושט מרוב חביבות
נשלח ב-20/8/2007 04:40
אין די סאטמארער בתי מדרשים אין ניו יארק איז מען זיך מפלפל, ווער עס איז געווען א גרעסערער שיגץ בלע''ז צי רבי אביש מקראלי אדער רבי זלמן לייב מקלויזענבארג.
איין זאך איז קלאר אז די רביים פון סאטמאר האבן נישט אנגעהאלטן די מחלוקה כלפי די קינדער.
הרה''ק רבי הערשעלע מספינקא זי''ע איז געווען נערץ ונקדש אין סאטמאר טראץ זיין יוחס.
אצינד איז געקומען די ראיה אויף די צאנז קלויזענבארגער קינדער.
נשלח ב-20/8/2007 06:36
אין די געוואלדיגע שרעקליכע ווייטאג פון שכינתא בגלותא, ווען איינער וואס רופט זיך סאטמאר רבי איז געפארן קיין אר"י אריינשטעכן א שפיז אין הארץ פון די שכינה הק' אין פלטרין של מלך, און אויסרופן פאר די גאנצע וועלט אז "אין לנו חלק ונחלה מיט די הייליגע מלחמת קודש פון רביה"ק זי"ע מיט ציונות און אלע אירע נאכשלעפער", און ליידער איז עס נאך געשען אין נאמען פון סאטמאר. אבער א קליינע טרייסט האב איך נאך צו זען ווי זיינע פאנאטישע גלויביגע שפירן אליינס אז זייער רעבע האט דאס מאל איבערגעצויגן די שטריק אין זיין מלחמה קעגן די מלחמה קעגן ציונות, אבער נאך אלעם איז עס פארט א טרייסט פאר די ערליכע סאטמארע חסידים, וואס שרייען שוין יארן לאנג אז ווען דער וויזשניצער פון מאנרא גייט ווערן רבי וועט ער צוביסלעך אויסרייסן יעדע זכר פון די הייליגע מלחמה פון רביה"ק זי"ע קעגן אלעס וואס האט שייכות מיט די כפירה ומרידה במלכות שמים, און יעצט שטעלט זיך ארויס די ווייטע בליק פון ערליכע אידן, ובפרט פון הייליגן רבין זי"ע וואס שרייבט אין "דברי יואל" פר' ויקרא איבער די שעדליכקייט פון בני תורה וואס האבן חתונה צו מיידלעך וואס רעדן עברית און נאכדעם מאכן זיי חרוב די וועלט, ממש אפענע רוח הקודש הופיעה בבית מדרשו!!!!!!!
איך בעט נאר איין זאך פון די קעלבלעך וואס לויפן אים נאך, טוטס מיר א טובה און זעטס ער זאל אויך אנקומען צום שוואגער, זאל די טיילונג ווערן פולשטענדיג!!!!!!! דאס יהדות החרדית וועט נישט פארשווייגן איר מלחמה קעגן די ציונות און זייערע נאכשלעפער!!!!!! בלית ברירה וועט מען אויך צולייגן נאך איין וויזשניצער רבי, אפילו ער וואוינט אין מאנרא!!!!!!!!!!!
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 21/08/2007 18:27:09
_________________
נשלח ב-20/8/2007 07:52
אנטוערפןרב
איך מיין אז דיין גאנצער "מאנעלאג" איז נישט מער ווי ריין פאליטיק, אפילו די ווילסט זעך אהערשטעלן אלץ אן אנעמער פאר'ן שיטת רבינו זי"ע.
פאר וואס זאג איך דאס?
ווייל דער מלחמה אנטקעגן ציונות האט זיך מיט קיין איין פינטל נישט אפגעשטעלט מיט דעם וואס דער ברך משה זי"ע האט זיך געטארפן מיטן גור'ער רבין, אפילו דע גור'ער איז זעך משתתף בכנסת המינים און איז פון די גאר גרויסער געלט נעמערס און איז דער עמוד אונטער'ן המודיע. אזוי אויך וועט זעך די מלמחה לשם בעמלק אויך נישט אפשטעלן ווייל דער היינטיגער סאטמער רבי שליט"א האט באזוכט ביים קלויזענבורגער רבי'ן שליט"א.
איך גלייב אז די זעסט דאך אויכעט אז דער מלחמה לשם האט זיך נישט אפגעשטעלט, נא וואס איז דאס שימפען דא מיט אזא האס??!!
אלא מאי, ריין פאליטיק. נא, נעם איין א עדוויל אדער טיילענאל און ס'וועט דיר בעסער ווערן ביז א האלבער שעה.
נשלח ב-20/8/2007 16:34
הכונו למערכה אדירה אין "דער איד" פון די וואך
די שרייבערס זענען שוין איינגעשפאנט פון נעכטען נאכט ארויסצוברענגען די ווייטאג פון כלל ישראל מיט דעם וואס רבינו שליט"א איז געגאנגען צום קלויזענבורג'ער
כאטשיג וועט די נסיעה ווערן געדעקט אפילו דורך "דער איד"
נשלח ב-20/8/2007 17:05
1
נשלח ב-20/8/2007 17:50
דא איז נישט לאנג צוריק געווען א בילד ווי רבינו זי"ע בעל דברי יואל באזיכט ביים קלויזענבורגער דעם ערשטען און אויך א בילד פון רבינו זי"ע בעל ברך משה און להבדיל בן הטמא לטהור א בילד פון רז"ל מיטן קלויזענבורגער