גרויס כעס הערשט ביי די זאלונים אין ירושלים אויף די גרויסע חוצפה און בגידה פון זייער דיין הגאון הגדול רבי משה זאב זארגער שליט"א מח"ס שו"ת וישב משה אויף די גרויסע עון פלילי וואס ער איז באגאנגען אז ער איז געווען בקודש פנימה ביי כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
שמועות זאגען אז היינט אינדערפרי אין קרית ויואל משה זענען געווען געוויסע וואס האבין פראבירט צו באהאלטען די וועש אין מקוה
אוי מה היה לנו, די שענסטע פין די קהלה האבין זיך געבראכען
נשלח ב-21/8/2007 22:08
די בילד איז ביי א באזוך וואס ר' אהרן האט אפגעשטאט בבית אדמו"ר מטשאקאווא, מייסד ויו"ר וועד הכשרות שע"י העדה, איך ווייס נישט פונקט וואזוי ר' משה זאב איז דארט אריינגעפאלען, אבער די בילד זאגט נישט אז ר' משה זאב איז געגאנגען צו ר' אהרן. ס'איז א נארמאלע ערשיינונג אז דיינים רבנים און אדמורים זאלן זיך געפינען ביים טשאקאווא רבי ס'קען זיין אז ר' משה זאב איז צופאליג געווען דארט.
נשלח ב-21/8/2007 22:21
עס קוקט טאקע אויס, אז ר' משה זאב איז טאקע "פערצופאל" אריינגעפאלן דארט.
ריכטיג.
_________________
נשלח ב-21/8/2007 22:27
און סקוקט טאקע אויך אויס אז וועגן דעם געט חיים שלמה די בעכער ווייל סאיז "ביי טשאקעווער רבי אינדערהיים", בכלל זיצט דער טשאקעווער אלעמאל אין די זייט ביי זיך אין שטוב...
עס איז נישט קיין פעצופאל אז א פוסק אדער עוסק בצרכי ציבור זאל זיך געפונען ביים טשאקאווא רבי, טשאקאווא רבי וועסטו בדרך כלל זען אין די בילדער זיצן אין די זייט ווען עס באזוכט ביי אים א אדמו"ר, ער איז א פארגינער מיטן גאנצען הארץ און לעבט אביסל העכער וואו די היינטיגע.
נשלח ב-21/8/2007 22:41
ראש שבראש, א שיינעם דאנק פארן וועלן מלמד זכות זיין ר' משה וואלף זארגער שליט"א , אבער וואס זאל מען טוהן אז די ראש שבראש פון די זאליס וד"ל ווילן עס נישט אנעמען, אין מיט רעכט ווייל זיי ווייסן דעם ריכטיגן אמת, איך האב מיך היינט דערוויסט אז ביי די רשעיי הזאליס איז געגאנגען קולות וברקים אויף דעם פאראאט פון ר' משה וואלף שליט"א, קוקט אויס אז זיי ווילן זיך נישט בארואיגען מיט דיין שיינע מעשה,
איך וועל דיר זאגן הרב "ראש שבראש" די ווייטאג ביי די זאליס איז נישט אזוי ווייט אויף דעם עצם גיין צי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווי דעס וואס די תוצאות אויף שפעטער, מיינען , אין וועלן זיין, וד"ל. ווי מיר האבן שוין נעכטען געשריבן אז די לעצטע פעסטונג (סטראגהאלד בלע"ז) איז נעבעך אזוי שטארק געפאלן צום שונא.
מה נאמר ומה נדבר.
אין פון א יודישע שטאנדפונקט זאגן מיר אשריך ר' משה וואלף שליט"א שזכית לקדש שם יתברך ברבים...
נשלח ב-21/8/2007 22:53
ראש שבראש אדער ענדערש זנב שבזנבים, מען זעהט טאקע, ווי טשאקאווער האלט זיין שטעקן אין דער האנט, עס מוז זיין אז ער איז אזוי אויסגעארבעט אז ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קומט אים באזיכען לויפט ער שנעל נעמען זיין שטעקן אין די האנט, מפני כבודו פון רבין שליט"א
(איך העלף דיר נאר ארויס פאנטאזירן) ווייל פאר וואס דען האלט ער זיין שטעקען אין די האנט?
_________________
נשלח ב-22/8/2007 03:37
איך האב לכתחילה נישט געוואלט דא אריינרעדן אבער איך קען מיך נישט איינהאלטען.
2 זאכען.
1- נישט דאס איז געווען אונזער סוקסעס ביי די נסיעה אז הרה"ג רמז"ז שליט"א איז געקומען צום רבי'ן,
ס'איז געווען סאך גרעסערע נייעס'ן און סאך מער דערהויבענע מומענטען ווי דאס אז ער איז געקומען.
די נייעס וואלט איך אריינגעלייגט אין די קרישקעליך פון די נסיעה אויף די לעצטע זייט.
2- דאס קומען מאכט אים נישט פאר אן ארויני,
הגם ס'איז שווער צו זיין ביים רבי'ן און נישט ווערן איבערגענומען פון אזא גאון וקדוש, אבער אונז ווייס מיר דאך אז די כלל גילט נישט ביי אזא איד וואס האט אויף זיך די סטעמפל "זאלי"
ממילא איז נער'יש צו נוצען זיין באזוך פאר א דערגרייכונג.