בית פורומים כל העולם כולו

גאב"ד ירושלים נעכטען אויף א באזוך און בעלזא מחנובקא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/8/2007 09:36 לינק ישיר 
גאב"ד ירושלים נעכטען אויף א באזוך און בעלזא מחנובקא

נעכטען (מיטוואך) איז פארגעקומען גאר א דערהויבענע באזוך בבית כ"ק האדמו"ר מבעלזא מחנובקא שליט"א, בשעת וואס די גאב"ד פון ירושלין הגה"צ רבי יצחק טוביה וייס שליט"א איז געקומען ספעציעל צו פארען פון ירושלים, די גאב"ד האט זעך אויסגעדרוקטאז ער דארף אויך א ברכה פון צדיק פאר די הייליגע טעג, און שטוב פון אדמו"ר מבעלזא מחנובקא האבען אפגעוארט זקני החסדים מקבל פנים צו זיין כ"ק הגאב"ד ובראשם הגאון ר' אהרן ברייש מראשי הישיבה דחסידי בעלזא מחנובקא, רבי צבי רוזובסקי ראש כולל בית יצחק מאיר דחסידי בעלזא מחנובקא, הגאון רבי זעליג לוריא שליט"א ראש כוללי עיון דחסידי בעלזא מחנובקא, הגאון רבי יעקב יושע ענגלענדער שליט"א ראש ישיבת בעלזא מחנובקא, הרה"ח רבייחיאל הירש שליט"א מנהל הישיבה און משב"ק פון הייליגען בעלזער רב זכרונו לברכה, הגאון רבי יוסףבלזם שליט"א, הרה"ח רבי אשר זעליג אייזנבערג שליט"א, הגאון רבי יהושע ליברמאן מרמ"י ישיבת חכמי לובלין, וכו' וכו',
כ"ק הגאב"ד שליט"א האט גערעדט און לערנען מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא מכנובקא מהאט ארומגערעדט בעיקר אויף הלכות שמיטה וואס איז שטארק נוגע פאר בני אר"י, שפעטער האט ער געזאגט פאר'ן רבין אז ער האטגעהערט פון רבני העדה בשם די מנחת יצחק וואס איז ידוע אז ער איז געוועהן א בעלזער חסיד פון ר' ישר דוב זצ"ל אז ער האט געזאגט אויפ'ן רבין שליט"א אז ער אזוי האבן אויסגעקוקט פארצייטיש אינדערהיים א בעלזא קינד, שפעטער האט די גאבד געבעטען פון רבי'ן א ברכה אויפ'ן נייע יאר.
ביים ארויס גיין האט אדמו"ר מבעלזא מחנובקא זעך געזעגענט האט די גאב"ד געזאגט אזערוויל גיין באזוכען די מוסדות וואס ער הערט אז מזוצט דארט קרוב צו דריי הונדערטבחורים חסידישע בחורים על התורה ועל העבודה, די רבי שליט"א איז מיטגעגאנגען.


בבית האדמו"ר מבעלזא מחנובקא




ווינשט לחיים פארן בעלזא מחנובקא רבי'ן


ארויסגייענדיג פון בית האדמו"ר מבעלזא מחנובקא 


אויפ'ן וועג צו א באזוך און די מוסדות הק' דחסידי בעלזא מחנובקא



אריינקומענדיג און היכל הישיבה דחסידי בעלזא מחנובקא






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 17:32 לינק ישיר 

אין בחדרי חרדים האב איך געזעהן אז לעצטענסט האבן די מחנובקא אונגעהויבן באטיטלען דעם רבין אל כ"ק אדמו"ר מבעלזא און דעם בעלזער רופן זיי אדמו"ר מבעלזא ירושלים, איך האב געהערט אז אין "איש חסיד" טוען זיי די זעלבע.

איז דאס אמת? איז דא א מציאות דאס זאל מצליח זיין?

אויף די בילדער דא זעהט אויס אז ער לעבט גאר בפשטות, ס'איז א זעלטענהייט דאס צו זעהן היינט ביי א רבי.

תוקן על ידי ראשבראש ב- 23/08/2007 17:31:37




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/8/2007 18:12 לינק ישיר 

ווי ווייט איך האב געהערט איז עס נישט אינגאנצ אמת, דהיינו פון תשנ"ה רופ'ן זיי זיך שוין נישטבעלזא אליין עפ"י התייעצות פון רבי'ן מיט הרב וואזנער וואס האט עהם געזאגט אז בדין תורה קען זיין איז נישט קייןפראבלעם זעךצו רופען אפילו בעלזא אליין אזוי ווי די מנחת יצחק שרייבט און א בריוו אבער מחמת דרכי שלום איז כדאי צו געבען פאר יענעםא פתח אראפ צו גיין פון בוים ממילא זאל מען צולייגען א נאמען. בנגע צו רב י. ד. רוקח מבעלזא ירושלים און די ספר איש חסיד ווערטער טאקע אזוי באטיטעלט, אבער אויפ'ן רבין שטייט אלץ בעלזא מכנובקא אדער אדמו"ר שליט"א נישט אדמו"ר מבעלזא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 18:19 לינק ישיר 


תפלת מעריב און דער ישיבה








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 18:45 לינק ישיר 

ראשבראש עס מצליח זיין לפחות אויף היידפארק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 20:41 לינק ישיר 

ס'איז באמת שיין פון מאחנובקער דאס נישט זיך רייצן מיט בעלזא, דרך אגב וואס איז געווען די שמחה נעכט אז דער גאב"ד איז געקומען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/8/2007 21:17 לינק ישיר 

יעדער יוד גייט אריין צו א רבי'ן פאר ראש השנה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 21:46 לינק ישיר 

כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א איז געקומען צום בעלזא מחנובקער רבין שליט"א אין צו די מוסדות ווייל קע"ה בעלזא מחנובקא איז היינט א גרויסע קהלה מיט מיט איבער 300 בחורים אין די ישיבת ,

כ"ק מרן הגאב"ד רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל זיעוכי"א האט געזאגט גאר געהויבנע זאכן אויף דעם בעלזא מאחנובקער רבין אין געשריבן אין א בריוו לטובת המוסדות "אז די מוסדות פירן זיך אינטער די הנהגה פין כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא בני ברק שליט"א וב"ה אשר לא השבית גואל לבית בעלזא" עס וואלט ווען געווען כדאי ארויפצולייגן די בריוו דא אויב איינער האט עס . רבי משה ארי' ז"ל האט געליטן כל מיני טעראר פין בעלזא אין האט נישט געוואלט צוריקציען קיין איין ווארט..


זיי האבן געקויפט א ריזיגע בנין פאר 5 מיליאן דאללער !




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 21:51 לינק ישיר 

ווען האבן זיי געקויפט דעם בנין?

_________________

קול דודי הנהזה בא!!!!!
 בקרוב ממש
(אני רחוק מאוד מחב"ד, אנא אל תחשדו אותי)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/8/2007 22:19 לינק ישיר 

4 חדשים צוריק 2 מיליאן האט געגעבן הרה"ח הנגיד המפואר ר' אליהו ענגלענדער שליט"א אין נאך איינס אין א האלב האת הרה"צז ר' ישכר דוב שליט"א דער עלסטער זון פינעם רבין יו"ר המוסדות צאמגעשטעלט , אין זיי גיין אריינגיין אי"ה חשון אין עס וועט זיין אויסגעצאלט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 22:26 לינק ישיר 

ווי איז דא 300 בחורים? אין דעם ביהמ"ד? אדער איז דא נאך ישיבות?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 22:46 לינק ישיר 

זיי האבן 3 בנינים אין בני ברק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 22:49 לינק ישיר 

בישיבה גדולה יש כ180 בחורים ובישיבה קטנה עוד 140
תמונה משיחת הגראי"ל שטיינמאן בישיבה גדולה








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 22:58 לינק ישיר 

די סיבה פארוואס מען הערט כמעט נישט פין בעלזא מחנובקה איז ווייל די בעלזא פין ירושלים לייגען טעראר אויף יעדע זאך אין מאכען זיכער [ווי ווייט מעגליך] מען זאל נישט וויסען פין זיי.
זייערע בעלזא ספרים לאזט מען נישט פארקויפען אין גאנץ ישראל א רחמנות אויף א געשעפט וואס וואגט זיך נישט צי פאלגען דע חיות
דעם רבינס שמחות אין בילדער וועט מען נישט טרעפן אין קיין איין צייטונג , אדג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2007 23:02 לינק ישיר 

איך זע אז רמ"א שרייבט בעלזא מחנובקא נישט בעלזא ב"ב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/8/2007 23:18 לינק ישיר 

 איך האב געהערט אז בעלזא זיכט יעצט עפעס א שלום ווייל ער האט מורא צולאזען דעם מחלוקה פאר אהרן מרדכי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גאב"ד ירושלים נעכטען אויף א באזוך און בעלזא מחנובקא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext