| נשלח ב-31/8/2007 16:58 |
|
| |
"גרענד פוד" פארדאפעלט זיך קע"ה
נאך יארן וואס גרענד פוד איז פון די גרעסטע סופערמארקעטס ביים היימישן ציבור בכלל און אין קר"י בפרט, נאך יארן וואס מיטוואך און פרייטיג קען מען ממש משוגע ווערן אויב מוויל אריינגיין דארט איינקויפן, קומט יעצט די גוטע נייעס אז אט אט וועט די סטאר פארברייטערט ווערן כמעט צו דאפעלט.
זיי נעמען אריין די בעק חלק, וואו סאיז ביז היינט געווען די סטארעזש, אזוי אז סקומט צו נאכאמאל אזויפיל פלאץ ווי זיי האבן געהאט ביז היינט, יעצט וועט מען קענען אביסל אפאטעמען ווען מוויל אריינלויפן פרייטיג נאכמיטאג נעמען א חריף. כה לחי! בלעה"ר.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2007 05:26 |
|
| |
שור שנגח, איך מיין ביזט דאס מאל נישט גערעכט. לויט מיין ידיעה זענען די צוויי גראסעריס אין קרית יואל שאפינג סענטער די צוויי הויפט גראסעריס אין קרית יואל, וואס געט זיי א רעינזש פון קנאפע 1,000 איינקויפערס א וואך. דוכט זיך אז אסאך נייעס פון פארשידענע חסידות'ער רירן אן בפועל ווייניגער ווי טויזנט מענטשן.
און בכלל איז דער פארום בארעכטיגט אויסצושמועסן יעדע נייעס ביים היימישן ציבור, כל זמן עס טרעט נישט אויף די תקנות פונעם פארום.
א דאנק פאר אלע שרייבער און ליינער, אריינגערעכנט שור שנגח און שקל שלם, וועלכע העלפן האלטן דעם פארום אויף דעם ניווא מיט וועלכן זי צייכנט זיך אויס - טראץ וואס זיי זענען נישט אלעמאל איינשטימיג מיט די הנהלה'ס באשלוסן...
מיט דאנק און שעצונג בשמחה תמיד
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2007 08:25 |
|
| |
שור, איך מיין אז פרענקל און הצלחה האבן פשוט נישט קיין רעפרעזענטעטיוו(גוט געספעלט?) אויף היידפארק...
שקל, איך מיין זאלסט עס אריינגעבן צו די "געשעניש פון יאר"...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2007 09:45 |
|
| |
פארוואס דאר דער מנהל אליין, בשמחה תמיד, ענטפערן אויף קשיות וואס ווערן געשטעלט צו שקל שלם?
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2007 15:20 |
|
| |
איך האב געמאכט מער ריסוירטש און ווי איך געפין אויס זענען באמת די גראסעריס אין קרית יואל נישט שולדיג, נאר די סופלייערס, וואס רעכענען פאר די קרית יואל'ע גראסעריס סאך סאך מער ווי פאר די שטאטישע גראסעריס. ווי איך הער טוען די גרויסע קאמפאניס שרעקליך ארויפטשארדזשן פאר די קרית יואל'ע גראסעריס, און די גראסעריס טוען דערנאך אפמאנען דאס געלט פון די קליענטן. דאס מוז געסטאפט ווערן!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2007 18:47 |
|
| |
זיי טענען אז עס קאסט זיי געז און דעליווערי
לעכערליך
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2007 20:31 |
|
| |
אין בארא פארק איז אויך נייעס ווען עס טוט זיך אין די גראסעריס.
ביידע סופערמארקעט'ס לעבן שומרי שבת בויען איבער אין מאכען גרעסער אין עס איז באמת א נייעס וואס מען שמועסט דערפון.
נאר בארא פארק האט כרגע נישט קיין פארום אין היידפארק.
אויב JEWBOY וואלט נאך געוווען בעירנו קענסטו זיין זיכער אז ער וואלט געברענגט בילדער לרחצה.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2007 22:12 |
|
| |
שור שנגח, איך האלט אז סאיז יא אינטערסאנט פאר אנדערע מענטשן, אויב דו האלטסט אז נישט מוזטו נישט אריינקומען אין די אשכול.
בנוגע די פרייזן איז אמת אז די פרייזן אין קר"י זענען טייערער ווי ערגעץ אנדערש, און איך מיין אז די טענה פון דיסטריבוטערס איז סתם א ליגנט, פארוואס אין מאנסי בעטן זיי נישט מער?
איך האלט שוין לאנג אז מדארף עפעס טון דערצו, אבער מיין זשאב איז עס זיכער נישט. וואס יא, איך גלייב נישט אז ער גייט קענען ארויפגיין וועגן די איבערבויען, נאר אויב אלע אנדערע גראסעריס וועלן ארויפגיין, וואס איז זיכער נישט מסתבר.
שקל שלם !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2007 23:26 |
|
| |
אין ווילי בויעט זיך הצלחה איבער. אין ס'הייסט אז סענטרעל גייט זיך אויך בקרוב איבערבויען
איין קליינע חילוק פין ק"י אין ווילי. הצלחה אין סענטראל ביידע דערלייגן יעדן טאג ס'איז נאר א
שאלה ווער ס'וועט פריער גיין באנקראט. ווייטער גרענד זיצט אויף קעש אין בויעט צי כדי צי מאכן דאפלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2007 21:31 |
|
| |
איך האב באקומען אסאך קאמפלעינטס אין תיבה אישית, היתכן די מנהלים לאזן אראפרייסן א פריוואטע גראסערי, נאכדערצו ווען מען בארעדט איין גראסערי, כאטש אלע אנדערע גראסעריס זענען נישט בעסער.
לכתחלה האלט איך אז ס'איז נישט ראנג אויסצושמועסן עוולות, און העכסטנס אויב איז עס נישט אמת קענען אנדערע שרייבערס זאגן אז ס'איז נישט אמת, אבער מריבוי הטענות וועל איך דאסמאל מאכן אן אויסנאם און אויסמעקן די קריטיק ווערטער, און ביטע אין דעם אשכול נאר אדרעסירן דעם אלגעמיינעם פראבלעם פון די טייערע פרייזן, און נישט אראפרייסן איין גראסערי עקסטער צוליב איינעמ'ס פריוואטע סכסוך וואס איינער האט מיט די גראסערי.
_________________
|
|
|
|
|