מכתב קודש אדער אשר יצר פאפיר?
מיט עטליכע יאר צוריק האט בן פראדעל פארשפרייט א מכתב קודש פון ברך משה זי''ע
אז דער תלמיד חכם ונועם המידות רז''ל איז בארעכטיגט צו זיי מסדר קידושין אין קרית יואל.
יעצט ווען תשס''ז קומט צו אן ענדע, בואו חשבון.
היי יאר האט חתונה געהאט אין קרית יואל רז''ל'ס הויז בחור יואלי שטערן באלד נאך יו''ט שבועות,
ווי אויך דער פראפעגאנדע מיניסטער מיילעך שטערן האט חתונה געמאכט אין קרית יואל אנהויב חודש אלול בעת רבינו שליט''א האט זיך געפינען אין ארץ ישראל, און רז''ל האט דאן געוויילט אין קרית יואל אויף א וואך צייט.
ביי קיין איינע פון די 2 חתונות איז רז''ל ניט געווען דער מסדר קידושין
טראץ וואס ער האט זיך דאן געפינען אין קרית יואל.
שטעלט זיך א פראגע: ביי וועמען דען איז צו ערווארטן אז רז''ל זאל זיין
מסדר קידושין אויב נישט ביי זיין הויז בחור און פראפעגאנדע מיניסטער?
נו זאגט איר אליין: איז דאס א מכתב קודש אדער אשר יצר פאפיר?
|
|