טרייבט נישט איבער. אודאי איז גאר אומבא'טעמ'ט צו הערן אזוינע שוידערליכע העצערישע ווערטער נאכדערצו בריש גלי, אבער פארגלייכן ביז אנדערטהאלבן יאר פאר די קריג?
דייטשלאנד פאר די קריג איז געווען מיטן פנים צו דער ערד, דער דייטשער שטאלץ האט דיקטירט אז דער שולדיגער מוז געטראפן ווערן, און קיין דייטש קען דאס דאך נישט זיין, דערפאר האבן היטלער ימ"ש'ס ווערטער געפונען אן אוזן קשבת.
1) דא אין אמעריקע איז דער מצב ווייט נישט אזוי געפאלן אז מענטשן זאלן זיך אנכאפן אין א שטרוי. 2) עקסטרעמיסטן זענען דא אלעמאל און איבעראל, די לעגיטימיטעט וואס איז געווען אין נאצי דייטשלאנד פאר די סארט העצע עקזיסטירט נישט ב"ה אין אמעריקע (נישט אז ס'איז אוממעגליך, אבער עס וועט מוזן נעמען צענדליגער יארן פון וויסטער איינזייטיגער העצע אז דער דעת הקהל זאל זיך אזוי שטארק איבערדרייען. 3) די טאלעראציע פון יענע יארן איז געווען בעפאר ס'איז געווען א האלאקאוסט, היינט האלט מען שוין דערנאך.
אודאי דארף מען יעדע רגע רחמי שמים, קיין שום איד איז אין ערגעץ נישט פארזיכערט, בפרט פון איינצעלנע אנטיסעמיטישע אטאקעס, אבער ס'האט קיין זין צו ווערן אזוי איבערגענומען פון אפאר משוגעים וואס העצן און זידלען אין די וועלט אריין, אפילו אויב דעמאקראטיע שטעלט זיי צו א העסליכע פלאטפארמע.
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
 |
|
|