שמחת בית בעלזא
מיט גרויס פרייד האבען חסידי בעלזא מחנובקא אנגענומען די ידיעה אז כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מ בעלזא מחנובקא גייט ענדיגען א שידוך, מיט זיין זון החתן החשוב מרדכי שליט"א עב"ג זיין אייניקעל די טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג רבי יוסף מאיר מאסקאוויטש שליט"א בן כ"ק האדמו"ר משאץ מעליץ, נעכטען (מאנטאג) נאכע'ן טיש פון אושפיזין ארום צוויי אזייגער איז פארגעקומען די לחיים בהשתתפות הונדערטע חסידי בעלזא מחנובקא וואס זענען געקומען זיך מיטצופרייען מיט די געדאפלטע שמחה בבית בעלזא מחנובקא, דער חתן וועט אי"ה היינט ביינאכט קומען קיין אמעריקא קיין סקווירא כנהוג בבית אד"ש מ בעלזא מחנובא צו שיקען זיינע קינדער די חתנים אויף א שמחת תורה קיין סקווירא מחמת גרויס הערצה צו כ"ק האדמו"ר מסקווירא כידוע די שטארקע קשרי ידידיות צווישען סקווירא - בעלזא מחנובקא, קומענדיגע וואך אי"ה וועט פארקומען די אפיציעלע זכרון דברים ברב עם.
פרטים יבואו
|
|