| נשלח ב-24/10/2007 16:31 |
|
| |
באבוב איז אפיציעל צוטיילט!
לויט די תוצאות פין די וואלן זעהט מען אז באבוב איז צוטיילט גלייך אויף גלייך.
אזוי זאגן ביידע באבוב
אמת אז מ'וועט זיך נאך ארום שלאגן לגבי געוויסע וואוטער'ס אבער דאס וועט נישט אויסמאכן מער ווי א קליינע פראצענט ארויף אדער אראפ.
די באדעם ליין איז אז באבוב איז אפיציעל צוטיילט אויף צוויי.
אין יעצט וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי בי"ד גייט צוטיילן די מוסדות.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2007 21:52 |
|
| |
סאיז נישט אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי בי"ד צוטיילט פאר מווייסט צו סאיז בכלל צוטיילט
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2007 22:54 |
|
| |
עס ווערט יעצט צוזאמלט געשטעלט אפרעיזערס צו שאצן אלע נכסי באבוב, ביהמ"ד הגדול, בנין המתיבתא,בנין הת"ת, בנין הבנות ציון, בנין כרם שלמה, די קעמפס, די ספרים.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2007 23:58 |
|
| |
allgood1s, ספּיק פאר יורסעלף. עס איז אן אינטערעסאנטע נייעס וואס אינטערסירט אסאך מענטשן. אויב אינטערסירט דיר עס נישט פּוץ דיך ארויס פון דא און גיי ווי די פיס טראגן דיך.
איך האב פיינט מענטשן וואס קאמענטן "וועמען אינטערעסירט עס", נאכדערצו ביי אן אשכול וואס הונדערטער מענטשן האבן שוין געקוקט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 14:20 |
|
| |
48 איז אין שאק און שוידער!!
נישט גלייבענדיג די אויסקום פון די וואלען.
48 האט זייער געמוטשעט דעם בית דין א גאנצע וואך אז מען זאל ארויסגעבען די וואלען, די חברי הבי"ד האט זיי געווארענט זייטס נישט אזוי אין גרויסען, עס איז בעסער אז מען זאל נישט שוין מפרסם זיין די נומבערס פון די וואלען, ווייל עס איז זייער נאנט די נומבערס פון ביידע זייטן, אבער דו איינגערעדטער פארנארטע 48ניקעס, האבן נישט געוואלט גלייבן וואס די חבדי הב"ד זאגט, אבער ווען דאס בי"ד האט נעכטן דאנערשטאג נאכמיטאג ארויסגעבן דו נומבערס, זענען זיי געפאלן אויף די נאז, און זענען אנטלויפן פונעם בית דין שטוב, און זייער טוען גראוז האט געזאגט ער איז זייער סורפרייזט אז 45 האט אנגעצויגן אזעלכע נומבערס,
אין צוויי וואכן ארום וועלען די צדדים באקומען א פרינטאט פון אלע נעמען, און דער אמת ווערן איינמאהל פאראמאהל באשטימט ווערן אז
באבוב איז צוטיילט אין העלפט!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 18:03 |
|
| |
צוויי וואכן נעמט צו מאכן א פרינט אוט? וואו!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 18:24 |
|
| |
דעמאלטס וועט זיין א ישיבת בית דין, און בי"ד וועט איבערגעבן די ליסטעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2007 22:33 |
|
| |
די גאס שמיעסט, ובתוכם אנשי רמ"ד
אז 45 האט נישט אנגעצויגען קיין גאנצע 30 פראצענט, זיי האבן לערך 27-28 פראצענט
--------------------------------
די נאמען פין די אשכול שטימט בכלל נישט
עס זאגט אז "באבוב איז אפיציעל צוטיילט" אבער אינעם אשכול זענענן אלע אנשי רמ"ד מודה
אז עס איז 40-60 , אין אין פארשטייט זיך אליינס אז מסתם לייגען די רמ"ד שרייבערס,
אביסל א גרעסערע נומער ווי די אמת, אין זיי מסתם נעמען אראפ פין רב"צ אביסל ,
דאס מיינט נישט אז באבוב איז ציטיילט, 50-50, עס לכאור מער צו 35-65
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2007 04:14 |
|
| |
ווי שר מקוצי
א הסבר וואס איך געהערט פון איינעם וואס קען גוט די פרשה
דער חשבון ווי אזוי "באבוב איז צוטיילט אין העלפט"
בואו חשבון
גאנץ באשטייט פון 1669 משפחות
יעדער צד האט ארום 800 + משפחות, מיט חילוקים צווישן ביידע צדדים.
אבער ביים אונטערשרייבן האבן 650 אידן געחתמעט אין 45 און בערך 150 אידן האבן צוליב פארשידענע סיבות ואכמ"ל נישט געחתמעט.
דעריבער ווען מען שמועסט פון שפאלט אין באבוב איז עס צוטיילט אויף העלפט
ווען מען שמועסט וועגן די חתימות, איז דא א חילוק אין די פראצענטן, וואס דאס וועט יעדער זעהן קלאר ווען די ליסטעס וועלן מפורסם ווערן בשעה טובה ומוצלחת.
און דאס וואס 45 זאגן אז עס איז צוטיילט 50/50, איז דא א חשבון דערויף.
|
|
|
|
|